ספריית חב"ד ליובאוויטש

ל אדר א, ר"ח

אאמו"ר אמר: א חסיד מאכט א סביבה. אויב ניט, דארף ער גוט א טאפ טאן בא זיך אין פעקל, וואס טוט זיך מיט איהם אליין. און דאס אליין וואס ער מאכט ניט קיין סביבה - דארף איהם צוברעכען ווי א קינעלע (קיסם). און ער דארף פרעגען בא זיך אליין: וואס טו איך אויף דער וועלט.