ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו אדר א

משיחות אאמו"ר: עס איז א מעלה נפלאה, וואס דער אויבערשטער ב"ה איז מזכה און מען קריגט א חוש מיט א געשמאק א אידען א טובה טאן, ביז אז יענער ווערט בא אים טייערער ווי ער בא זיך, ווארום אויף זיך קען ער געפינען כמה טעמים פאר וואס עס קומט אים זאל, ח"ו, זיין ניט גוט, אבער אויף דעם אנדערען איז דאס ניט שייך כלל.