ספריית חב"ד ליובאוויטש

קמה

ב"ה, יום ד' כ' אדר תש"ד

ברוקלין

כבוד הנכבד וכו' רודף צדקה וחסד אי"א וכו'

מר ארי' יעקב שי' לעהעמאן

שלום וברכה!

ביילאגענד שיקען מיר אייך א עזקעמ' פון ספר קונטרס ח"י אלול, וואס מיר האבען לעצטענס ארויסגעגעבען, דורך אונזער פריינד הרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א וכו' הרב ר' משה פנחס כץ שי' און זיין פרוי תחי' פון נוארק האבען מיר ערהאלטען אייער פארלויפיגע דאניישען פופציג דאלער (5050$) וואס איר האט דורך זיי געגעבן אלס אנטייל אין די הוצאות פון דרועקן א ספר. און לויט אייער פארלאנג - איבערגעגעבען דורך זיי - האבען מיר ארויפגעשטעלט דעם נאמען פון אייער פאטער ר' חיים ב"ר קלונימוס שי', ווי איר וועט זעהן אויף דעם קאווער פון ספר.

גרויס איז דער זכות פון מזכה זיין את הרבים, און ספיציעל מיט'ן אפדרוקען דיזען חשובען קונטרס.

איינע פון די גרעסטע מצות, איז די מצוה פון צדקה, צדקה מיינט אבער ניט נאר אז מ'העלפט יענעם קערפערליך: ער זאל האבען וואס צו עסען, מיט וואס צו באקליידען זיך, זיין גוף א. ז. וו. אז מ'העלפט יענעם גייסטיג, אז מ'זעהט אז זיין נשמה זאל באקומען איהר "שפייז" אין וועלכער זי נויטיגט זיך, און זי זאל ניט ארומגיין נאקעט אהן תורה און מעשים טובים, איז דאס פון די איידעלסטע און העכסטע צדקות וואס א מענש קאן טאן, ווי די גמרא דריקט זיך אויס זה הביאו לחיי עולם הזה - זה מביאו לחיי עולם הבא.

און א וועג ווי מען קאן יענעם העלפען גייסטיג, איז דורך דערמעגליכען עםצו לייענען די דברי התעוררות און די טיפע ערקלערונגען און אנווייזונגען פון די גדולי מנהיגי ישראל וואס אין יעדער דור, ובדורנו - כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א.

ויהי רצון אז בזכות פון די גרויסע מצוה זאלט איר בקרוב הערען בשורות טובות פון אייערע עלטערען און אלע איירער פריינט, און איר זאלט זוכה זיין צוזאמען מיט כל ישראל, מקבל זיין פני מ"צ בב"א.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

קמה

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 294 והושלמה ע"פ העתק המזכירות. לתוכנה ראה לעיל אגרות קמ. קמא.