ספריית חב"ד ליובאוויטש

קנז

ב"ה, יום ה' כ"ד סיון ה'תש"ד

כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה

מו"מ באמונה מוהר"י שי' כ"ץ

שלום וברכה!

אייער בריף פון פאר שבועות - צייטיג ערהאלטען, האב ביז ייעצט ניט געענטפערט, ווייל איך בין געווען פארנומען מיט'ן צוגרייטען צום דרוק דעם קונטרס שיקאגא, קובץ ליובאוויטש נאמבער צוויי א. א. ואתו הסליחה.

דער ביכעלע "שבועות" האט געהאט א גרויסן ערפאלג און דאס גיט אונז ערמוטיגונג אויף פארטזעצען די סעריא פון אזיינע חוברות.

און אייך אדאנק אין נאמען פון מרכז לעניני חנוך פאר נעמען א גרויסען איינטייל אין זייער פארשפרייטען.

מיט דריי יאר צוריק, ווען מיין שווער כ"ק אדמו"ר שליט"א איז צוגעגאנגען גרינדען דעם מרכז לעניני חנוך, האבען אסך מענשען געזאגט: אין אמעריקא קען אזא זאך ניט האבען קיין קיום, אמעריקע איז אנדערש, אסך זאכען וואס מ'טאר ניט איז אין אמעריקע מוז מען עס טאן, אין אמעריקע מאג מען.

די ארבעט האט אונז אבער באוויזען, אז אין אמעריקע קען און מוז - זיין א חנוך על טהרת הקדש, לערן ביכער און לייען בראשורען אינגאנצען ריין פון כפיה, גרופען קליינע קינדער געבארען דא אין לאנד וואס אגעטירען פאר שבת און יהדות א. ז. וו. א.

ז. וו.

נאר מיר מוזען האבען מיטהעלפער, ווייל די ארבעט איז זייער גרויס און זייער וויכטיק.

און דערפאר איז אונז אזוי טייער יעדער צוגעטראנגענער פריינד און מיר האפען, אז ער וועט מיטבריינגען מיט זיך אויך זיינע פריינד.

אין היינטיגער סדרה ווערט דאך דערציילט די מעשה פון די מרגלים, די מרגלים זיינען געווען ראשי בני ישראל ואוותה שעה כשרים היו, אויך דערנאך האבען זיי אנגעהויבען מיט זאגען: זבתחלב ודבש היא, כי עז העם היושב בארץ גו' עמלק יושב בארץ הנגב גו' - וואס דאס אלץ איז געווען אמת, נאר דער אויספיר - לא נוכל לעלות אל העם כי חזק הוא ממנו - איז געווען פאלש און די גמרא ערקלערט (סוטה לה, א) וואס דאס מיינט: כביכול אפילו בעל הבית אינו יכול להוציא כליו - כפירה.

בדוגמא זו, מען טענה'ט אז אין אמעריקע איז זבת חלב ודבש, מען האט אלע תענוגעים גשמיים און מ'איז פאר טאן אין זיי, מ'איז ארומגערינגעלט מיט עמלקים - איז ווי קען מען גאר רעדען מיט א צווייטען וואס איז ווייט פון יהדות וועגען איינפירען א שטריינגען תורה ומצות לעבען, ניט דא איז דער ארט אויף דעם - איז דאס ר"ל, היפך האמונה, מען דארף נאר האבען בא זיך דעם החלט, ווי כלב האט געזאגט: עלה נעלה - וועט במילא זיין יכול נוכל לה.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

קנז

חלקה נדפס בלקו"ש ח"ב ע' 687 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מהור"י שי' כ"ץ: אגרות נוספות אליו - לעיל עז, ובהנסמן בהערות שם.

יו"ר ועד הפועל: מל"ח.