ספריית חב"ד ליובאוויטש

קסו

ב"ה, יום ה' יד מנ"א ה'תש"ד

הנכבד והנעלה מר צבי שי' פאלמער

שלום וברכה!

צוערשט וויל איך זיך ענטשולדיגען, וואס איבער אונאפהענגיגע פון מיר סבות, האב איך ביז יעצט ניט געענטפערט אויף אייער בריף.

א) איך בין איינשטימינג מיט אייך, אז יעדער פון אונז האט זיך זיינע "ברילען" דורך וועלכע ער באטראכט אלץ, איך פארשטיי נאר ניט, פארוואס איר דיינקט אז דאס איז נאר ווען מען קוקט אופ'ן עבר, איך רעכען אז אסאך מעהר ווענדעט מען אן די "ברילען" וועןמען באטראכט דעם "יעצט" איינפאך דערפאר ווייל דער הוה בארירט מעהר דעם אייגענעם לעבען, איז דערפאר שווערער אפ צושאצען עםלויט דעם ריינעם אמת, ניט צומישענדיג דערביי אייגענע פניות און אהבת-עצמו.

ב) וואס איז די עצה אויף אויסמיידען א טעות פון די אייגענע "ברילען" אין דעם אפשאצען א פאסירונג פון עבר?

דער זיכערסטער וועג איז זיך איינטיפען אין די ווערטער פון דעם וואס דערציילט די פאסירונג, און וועלכער האט געלעבעט, אונגעפאר, אין דער זעלבער צייט, און אויב דאס איז וויניק צוניצען די ערקערונגען פון מענשען וואס זיינען געווען אמנאענטסטען צו דער צייט פון דער פאסירונג.

דערפאר, אויף צו פארשטיין ריכטיג דעם מיין פון ר' שמעון בן אלעזר'ס (שבת קל, א) ווערטער אז תפילין לא מסרו ישראל כו', האב איך זיך אפגעשטעלט אויף א אינגאנצען ניט פארשטאנדליכע זאך - אויפ'ן ערשטען בליק - דארט אין גמרא: ר' שמעון זאגט דוכט זיך זייער קלארע ווערטער א) איז אויף תפילין האט מען זיך ניט מוסר נפש געוען למיתה ב) אז תפילין איז "מרופה" בא אידען. איז וואס דארף די גמרא האבען ערקלערונגען אויף דעם: "דאמר רבי ינאי" א. ז. וו. - מ'האט געדארפט אקוק טאן וואס עס טוט זיך בא אידען מיט תפילין, וואלט מען געזעהן צי עס איז מרופה צי ניט און אז ר"ש דערציילט אז לא מסרו כו', איז וואס גיט אונז צו די ערציילונג פון אלישע בעל כנפים אין פארשטארקען ר"ש ערציילונג (ווען די גמרא בריינגט אראי', איז דאס אויף פארשטארקען א מיינונג, א טייטש, א ערקלערונג, אבער ניט אויף באווייזען, אז דאס וואס א תנא אדער אמורא דערציילט, האט ווירקליך אזוי פאסירט).

דערפאר מוז מען אנקומען צו א ערקלערונג אין דעם, האב איך באנוצט די ערקלערונגען פון רש"י אדער תוספות - וואס האבען געלעבט 500-600 יאהר אפגערוקט פון גמרא און וועלכע האבען באקומען די פירושים פון פשט הגמרא דורך ר' גרשום מאור הגולה א. ז. וו. פון בבל וואו דער ש"ס איז געשריבען געווארען - וואס לויט דעם, ווערט קלאהר צוליב וואס די גמרא בריינגט: דאמר ר' ינאי א. ז. וו. - אויף צו פארשטיין ר' שמעון'ס ווערטער ניט ווי דער אויבענ-אויפיגער טטיטש, נאר דעם ריטיגען מיין: א) אין וואס האט זיך אויסגעדריקט דער לא מסרו נפשם למיתה ב) וואס הייסט "מרופה בידם".

- אלעס לויט ווי געבראכט אין פעריגען בריף.

ג) איך האב געבראכט דעם מאמר פון ר' שמעון, אלס איליוסט-ריישאן 1) וואס פאר אבעציהונג די מצות תפילין פאדערט צו זיך, 2) ווי, בשעת עס האט באדייטעט זיכערע טויט שטארף, האט מען דאך מקיים געווען די מצוה, און אויף אזוי פיל אז אייניגע פלעגען עס טראגען אפילו אין גאס און אגאנצען טאג - (זע פאריגען בריף)

ד) איהר שרייבט: אין אמעריקא האלטען אלע פון מילה אבער אסך זיינען ניט מקיים די מצוה פון תפלין רעכנט איהר: דאס האט געמיינט ר' שמעון אז מילה איז ניט מרופה אבער תפלין איז יא מרופה.

ווי געזאגט, לויט מיין מיינונג, באזירט אויף די פירושים פון מענשען וואס זיינען געווען נעענטער פון אונז צו דער צייט פון מענשען וואס זיינען געווען נעענטער פון אונז צו דער צייט פון ר' שמעון אויף 900 יאר מיינט ר' שמעון מרופה - שוואך, ד. ה. ניט אזוי שטארק ווי זי האט געדארפט זיין און ווי אויבענגעשריבען.

איך קען אבער איינשטימען מיט אייך אין פאלגענדעם - וועל קלאר מאכען דורך אביישפיל: מענשען גייען צוזאמען אין וועג, איינער איז אין דער פינסטער אראפ פון וועג, פארבלאנדזשעט, ביז אין א צייט ארום האט ער זיך געחאפט, אז ער געפינט זיך אין א מיטען וואלד וואו עס זעט זיך ניט קיין וועג, אויז, מענש א. ז. וו.

ווי איז דאס פארגעקומען? מ'שפרינגט ניט אריבער גלייך פון מיטען גרויסן וועג אין דער טיפעניש פון געדיכטען וואלד, נאר פריער איז ער אראפ פון ועג אויף א אינטש, דערנאך איז צוגעקומען נאך א אינש, און מיט דער צייט איז מען אין א טיף געדיכטען וואלד. דאס זעלבע אין אונזער ענין:

דערפון וואס אין די צייטען פון ר' שמעון, איז מען געווען שוואך, אז מ'האט געטראגען תפלין אין דער היים אבער ניט געגאנגען למיתה אויף טארגען אין גאס אגאנצען טאג, איז אפשר אינטש בא אינטש געקומען בא אטייל אידען די איצטיגע לאגע.

אבער איך פרעג אייך: אויב מ'וועט קוקען אויף די געמישטע הייראטען פון אגעוויסען טייל מענשען, אף די באוועגונג אין דער פארם פון גלח וראבבאי בשבת און זונטאג, אף די סעמינארען - ישיבות וואו מ'לערנט אף רב וגלח צוזאמען, אף דעם ראבבאי, וואס הונדערטער טויזענטער אמעיקאנער אידען האלטען עם פאר אפירער און ער שיינקט אוועק אמנורה וואס איז געווען הונדערטער יאהרן אין אבית מדרש - אין אטשערטש און בערימט זיך דערמיט אין אלע צייטונגען און בלייבט ווייטער פירער - אויב איר וועט צוזאמענקלייבן אלע "טשעמפיאנעס" וואס אמעריקא פארמאגט אויף די געביטען - וואס וועט בלייבען פון אידישען פאלק בא אונזערע קינדער?

מיט בעסטע וואונשע ובברכת לאלתר לתשובה - לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

איהר דערמאנט אין אייער בריף דעם פראנצויזשען פילאזאף וואלטער - זיין לעבען וואס ער האט געפרעדיגט און זיין פערזענליכען אויפפירונג בין אדם לחבירו, איז איינער פון די בעסטע אלויסטריישען אויף וויפיל מען מוז האבען די הארמאניע פון קאפ און הארץ (תאוות) - ווי אנגעדייטעט אין פעריגען בריף - און צו וואס עס בריינגט, אויב ד'י הארמאניע איז ניטא.

קסו

מהעתק המזכירות.

הנכבד.. פאלמער: אגרת נוספת אליו - לעיל קנט.