ספריית חב"ד ליובאוויטש

כה

ב"ה ח' לחדש תשרי ה'תש"ג

כבוד אברכי התמימים, אי"א וו"ח ואנשי

מעשה תלמידי

ישיבת תומכי תמימים,

ה' עליהם יחיו,

מאנטרעאל

שלום וברכה!

ענטפער אויף אייער לשנה טובה בריף, הנה כל המברך יתברך בברכות מאליפות מעלה מעלה בנפש וגוף בתוות מרובה על העיקר.

דער נאמען "תמים" באדייט, אז ער איז גאנץ אין קיום התומ"צ, וואס לויט מארז"ל איז רמ"ח מ"ע כנגד רמ"ח איברים, ושס"ה מל"ה כנגד שס"ה גידין.

חסידות וואס איז מגלה דעם פנימיות וואס אין יעדער זאך, האט מבאר געווען (לקו"ת ד"ה כי המצוה רס"ב ועוד) אז כדי תמים תהי' דורך תומ"צ איז דאס דורכדעם וואס דער קיום התומ"צ איז אין א אופן, וואס הוי' - וואס אלע מצות זיינען תלוי אין איינע פון די אותיות פון שם הוי' - זאל ווערען אלקיך, דיין כח און דיין חיות, אז דער לערנער זאל ווערען איין זאך מיט דער תורה, ותלמודו בידו, וואס דאס ווערט דורך דער הקדמה פון עבודת התפלה (תו"א ד"ה הבאים ישרש, לקו"ת כי תבואו גו' ושבתה ועוד).

והנה מי שחטא ופגם והעביר את הדרך און איז געווארען א בעל מום דורכדעם ר"ל, איז די תקנה אויף דעם - תשובה, וואס תשובה מביאה רפואה לעולם.

רפואה איז אבער מער ניט ווי מכאן ולהבא, ומקצת שמו - פון בעל מום - עליו (יומא פו, ע"א), צוריק א תמים ווי געווען איז ער נאך ניט,

ביז וואנעט ער קומט צו א העכערען אופן פון תשובה מאהבה רבה מעומקא דלבא שזדונות נעשו לו כזכיות (סש"ב פ"ז), וואס דאס איז עוקר דעם עון מתחלתו.

העלפען צוקומען צו אזא תשובה, וואס עס דארף זיין בכל מאדך (לקו"ת ד"ה ולא אבה וביאורו) איז דאס דורך א רבי'ן, וואס חכם עוקר מעיקרו (כתובות עד, ע"ב), דורך זוכן און געפינען ביים חוטא גופא דעם פתח חרטה.

- ובדא"פ יש להעיר לאפשריות דפתח חרטה אעון, ואשר רק חכם יכול למצאו מהא דארבעה הק' מתחרט עליהם כו' יצה"ר (סוכה נב, ב) -

ובקרוב ממש זאלען מיר אלע זוכה זיין צו משיח אתי לאתובי צדיקיא - בכל נפשך - בתיובתא - בכל מאדך.

- ויש להעיר מאגה"ק ס"ד ומלקו"ת סד"ה להבין ענין יו"ט שני של גליות -

בברכת חתימה טובה וגמח"ט, לאלתר לתשובה לאלתר לחיים לאלתר לגאולה,

מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

ר"פ מהמשך להנ"ל

והנה בב"נ רק מחוסר אבר פסול, ב"נ ובנ"י נעשה החלוק ע"י מ"ת שענינה ביטול הגזירה דבני רומי לא ירדו כו', אלא ששו"א נעשו לאחדים. בדקות זהו חידוש תורת החסידות אין עוד ממש, ד' אחד מלמטלמ"ע ומלמעלמ"ט. וזהו דב"נ רק מחוסר אבר - העדר המצוה לגמרי - משא"כ חסידים כמה ענינים - מומים - פוסלים - הידור מצוה ובכלל אלק' בגמט' הטבע ובגימט' מום וצ"ל ברא אלק' להבריא הטבע.

כה

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 368 והושלמה ע"פ צילום האגרת וע"פ הוספה בכתי"ק שעל גליון העתק המזכירות.

יו"ר ועד הפועל: מל"ח.

מחוסר אבר פסול: ע"ז ה, ב.

בטול... לא ירדו: שמו"ר פי"ב, ג.