ספריית חב"ד ליובאוויטש

מב

ב"ה, ד' דחנוכה, תש"ג

להנדיב הנכבד אי"א וו"ח וכו' מוה'...

שלום וברכה!

זיכער האט איר שוין באקומען אייער מעמבערקארטע פון חברת משניות בע"פ.

די גמרא זאגט (שבועות לט, א) כל ישראל ערבין זה בזה. האט דער רבי שליט"א אויף דערויף געזאגט: "ערב" האט דריי טייטשן - זיס, צוזאמענגעמישט, ערב. א איד א אידן איז זיס, א איד מיט א אידן איז אויסגעמישט, און א איד איז ערב פארן צווייטן אידן, עכ"ל.

דורך תורה אחת ווערן אידן א גוי אחד, וואס איז פאראיינציקט מיט ד' אלקינו ד' אחד.

מיר האפן, אז איר וועט זיך ניט באגענוגענען מיט עינו טובה בשלו, און וועט זיין פון די מזכי הרבים, און איר וועט אנטייל נעמען מיט אלעס מעגליכעס איר דער ברייט פארצווייגטער ארבעט פון מחנה ישראל.

ווי כ"ק אדמו"ר שליט"א האט שוין מער מאל געווארנט, געפינען מיר זיך יעצט אין די לעצטע צייט פון גלות, און תורה און תשובה זיינען דער איינציקער מיטל צו פארלייכטערן די חבלי משיח.

די אהבה וועלכע יעדער איד דארף פילן צו א צווייטן אידן, רופט ארויס אין זיין הארצן דעם גרעסטן רחמנות אויף דעם וועלכער טוט ניט קיין תשובה אין היינטיקער צייט.

פון דעם צייטונגס אויסשניט וועלכן מיר לייגן דא ביי, וועט איר זען אויף וועלכן געביט, לויט די אומשטענדן, ס'איז אייך לייכטער אנצופאנגען צו ארבעטן. בעפאר מען הויבט אן די ארבעט דוכט זיך אפשר אז ס'איז שווער, אבער אז מען טרעט שוין צו דער ארבעט זעט מען, אז מיט דעם אויבערשטנס הילף טוט מען אויף.

אין ערווארטונג פון אייער באלדיקן ענטפער,

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

נ. ב. דער רבי שליט"א האט ארויסגעגעבן דעם בריוו וועלכן מיר לייגן דא ביי און עס איז א מצוה גדולה עס צו מפרסם זיין וואס מער. אויפקלעפן אין די שולן, א. א. וו.

מב

נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 264 והושלמה ע"פ העתקה.

דער רבי... געזאגט: ראה סה"ש ה'תש"א ע' 144.

דעם בריוו: ליום הת"צ ולאחריו - הנדפס באגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ז אגרת א'תתצג. ראה גם לעיל אגרות לח-מא.