ספריית חב"ד ליובאוויטש

מט

ז' שבט, תשג"ה

כבוד הרה"ג והרה"ח אי"א וו"ח

ורב הפעלים וכו' וכו' מהר"ר...

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער שרייבן צו כ"ק אדמו"ר שליט"א און דער "מרכז לעניני חינוך" מיט אייער הצעה וועגן דער מיטוואכדיקער פראייע שעה פאר די סקול-קינדער:

כ"ק אדמו"ר שליט"א האט איבער געשיקט צו אונז אייער בריוו, און האט אונז מזרז געווען צו טאן אין דעם.

מיר האבן זיך געשטעלט אין פארבינדונג מיט מאנכע מענטשן וועלכע פארשפראכן צו טאן אין דעם.

די צעטלאך האבן מיר פארטיק געמאכט, און געוויס האט איר עס שוין באקומען.

זיכער וועט איר אונז שיקען די באריכט וועגן אונזערע "בית רבקה" וועלכע שטייען אונטער אייער הנהלה, ווי מיר האבן גערעדט טעלעפאניש. בייגעלייגט א מוסטער.

בימים האלה ימי גזרות קשות כהמן וכמרז"ל - סנה' צז, ב - הנה העצה היעוצה ע"י חכמינו ז"ל - ב"מ פה, א - היא ללמד את בני עמי הארץ תורה ולהחזיר רשע בתשובה וכפי' התרגום ופירש"י על הפסוק בירמי' שם, שהמה מבטלים הגזרה. וכל אחד צריך לראות את העולם חציו זכאי וחציו חייב. והנה ע"י מעשיו הטובים מכריע העולם לכף זכות וגורם תשועה והצלה וכלשון הרמב"ם בהל' תשובה ג' ד'.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

יו"ר ועד הפועל

מט

מהעתקה.

מיטוואכדיקער פראייע שעה: בפרטיות על ארגון שעת לימודי הדת, ביום הרביעי, לילדים הלומדים בבתי ספר ממלכתיים, ראה מבוא לאגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ז ע' 14 - 17.

בימים האלה: ראה גם לעיל אגרת מד.