ספריית חב"ד ליובאוויטש

נו

ב"ה, א' אדר ב', תש"ג

ברוקלין

זעהר געעהרטע פרעזידענטין, מרת ב. שיפרין,

און חשובע מעמבערינס פון זעמבינער גמילת חסד

ליידיס עקזילערי,

שלום וברכה!

מיט גרויס דאנק באשטעטיגען מיר די ערהאלטונג פון אייער ביישטייערונג אין דער סומע פון 10.0000$ לטובת דער בית רבקה מיידעל-שול פון טשעסטער סטריט, וועלכע איז איינע פון א רייה מיידעל-שולען וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען פון מרכז לעניני חינוך.

מיר האפען, אז דאס איז ניט אן איינמאליגע אדער צופעליגע הילף, נאר אן אנהויב פון א שטענדיגע אינטערעסירונג און מיטהילף אין דער וויכטיגער און הייליגער ארבעט פון דער בית רבקה שול - אן אינסטיטושאן געווידמעט דער טריי-אידישער דערציאונג פון אידישע טעכטער.

זעהר געעהרטע פרויען! אין דער איצטיגער שווערער צייט פאר אונזער פאלק ישראל, דארפן מיר געדיינקען וואס עס האט זיך געטאן אין די צייטען פון דעם ערשטען המן, וועלכער איז אויפגעשטאנען געגען די אידען.

די וועלכע האבען דאמאלס געבראכט מיט דעם אויבערשטענס הילף א מפלה אויף המן'ען, זיינען געווען א פרוי און א מאן: אסתר און מרדכי.

אסתר האט ניט געקוקט אויף דעם וואס איר איז געווען גוט און זי איז ניט געווען אין סכנה, נאר זי האט איינגעשטעלט איר לעבען אויף ראטעווען אירע ברידער און שוועסטער.

אבער פאר'ן געהן אפשרייען די גזירת המן האט זי געזאגט צו מרדכי'ן: "לך כנוס את כל היהודים" - געה קלייב צוזאמען אלע אידען מ'זאל תפלה טאן.

דערצעהלען אונזערע חכמים, אז מרדכי האט צוזאמענגעקליבן צענהנדליגע טויזענדע אידישע קינדער און מיט זיי געלערנט תורה.

אין דער איצטיגער עת-צרה, ווען עס איז ווייטער געקומען א גרויסער המן, וועט דער המן אויך זיכער האבען א ביטערען סוף, און בא אידען וועט זיין אורה ושמחה, אבער יעדערער פון אונז דארף ארבעטען אויף דעם אז עס זאל קומען וואס שנעלער.

יעדער אידישע פרוי דארף ארויס מיט דער לאזונג: "לך כנוס! זאמעלט צוזאמען אידישע קינדער און יוגענט! האדעוועט זיי אין א גייסט פון מסירת נפש פאר אידישקייט און תורה! מיר פרויען, וועלען ב"ה זעהן, אז די מיטלען אויף אויפצוהאלטען די מוסדות זאלען ניט פעהלען! אבער זאלען אונזערע זין און טעכטער זיין אידען, אידישע תורה-טרייע אידען!"

דורך אזא ענטשלאסענהייט קומט א מפלה אויף די המן'ס פון אלע צייטען גאר שנעל.

זעהר געערטע פרויען! זעהט אז אייערע טעכטער זאלען אויך געהן אין אייערע טריט, דורך באקומען די ריכטיגע תורה-טרייע דערציאונג אין די פאסענדע חנוך-אנטשטאלטען. זעהט אז די דאזיגע מוסדות זאלען האבען די מעגליכקייט צו עקזיסטירען און פארגרעסערען די צאל פון זייערע תלמידות, אזוי אז קיין אידישע טאכטער זאל ניט בלייבען אויסוועניג. אין די בית רבקה שולען ווערען אידישע טעכטער ערצויגען אלס שטאלצע, אידישע תורה-טרייע, שוועסטער, פרויען - די מוטערס פון קומענדיגען דור, און דערפאר, מיט העלפען די בית רבקה שולען העלפט איר פארזיכערן אונזער יוגענד, אונזער צוקונפט. און בזכות זה וועלען מיר זוכה זיין צו זעהן די מפלה פון דעם איצטיגען המן גאר אינגיכען, און צו די ריכטיגע אורה ושמחה.

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

בשם הרב מנחם

שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

נ. מינדעל, מזכיר

נו

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 636 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

יו"ר ועד הפועל: מל"ח.