ספריית חב"ד ליובאוויטש

סח

ב"ה יום ו' ד' לחדש ניסן תשג"ה

כבוד ידידינו וו"ח אי"א, עסקנים חרוצים

רבי מעש.

חובבי תורה ורודפי צדקה וכו' אגודת חב"ד

ולעידיס

עקזילירי בעיר נוארק נ. דזש.

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיט גרויס דאנק באשטעטיקן מיר דעם עמפפאנגען פון אייך די סומע פון צוויי הונדערט דאלאר (- 200200$) אלס ביישטייערונג אויף די הוצאות פון ארויסגעבן דעם "בענטשערל".

עס איז גאר ניט אפצושאצן די גרויס פון דעם זכות אנטיילצונעמען אין אזא מצוה.

בא טויזענטער אידישע קינדער ווערן בע"ה פארשטארקט אידישקייט דורך דעם בענטשערל, און די מיליאנען ברכות וועלכע וועלן אי"ה געזאגט ווערן אין דעם בענטשערל וועלן זיין מליצים טובים אויף אלעמען וועלכע האבן אין דעם מיטגעהאלפען.

מיר האפען אז אייער נדבה איז ניט פון א איינמאליגן כאראקטער. נאר אז איר וועט מיט אלע מעגליכקייטן זוכן אויך אויף ווייטער צו העלפן בע"ה דעם מרכז לעניני חינוך, אין זיין ברייט פארצווייגטער חנוך ארבעט.

אבער וויסענדיק אייער גרויסע איבערגעגעבענקייט פאר אידישקייט און שטארקע ענערגי, ווילן מיר אויך האפן, אז איר וועט זיך ניט באנוגענען נור מיט שאפן געלט, נור וועט אויך טאן אלעס מעגליכעס אויף צוציען וואס מער קינדער אויף באקומען אן עכט אידישע דערציאונג אין דער "בית שרה" פון נוארק ווי אויך אלע אנדערע ארבעט וואס ס'איז נויטיק פאר דער אויפבליאונג פון דער סקול בע"ה.

אין דעם חדש ניסן דעם חדש פון גאולה דארפן מיר אלע, מעהר ווי אלעמאל, געדיינקען דאס וואס די חכמים דערציילן אונז וועגן דער גאולה:

אין זכות פון די פרויען צדקניות זיינען די אידן אויסגעלייזט געווארען פון מצרים, זיי זיינען געווען די, וואס האבען אויפגעשטעלט דעם דור פון הונדערטער טויזנטער אידישע קינדער, קינדער וועלכע נאך קליינערהייט האבען זיי "געזעהן" דעם אויבערשטן און דערקענט די נסים מיט וועלכע ער האלט אויף און שטארקט זיין פאלק, און צו קריעת ים סוף ווען די מצריים, די פיינט פון די אידן זיינען אלע דערטרונקען געווארען און די אידן זיינען געבליבען גאנץ און אוועק, אונטער דער אנפירערשאפט פון משה רבינו, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, זיינען אט די קינדער געווען די ערשטע צו אויסשרייען: זה א-לי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו. און דאס איז געווען די ערשטע שירה וואס דער גאנצער אידישער פאלק האט צוזאמען געזונגען.

בא דער גאולה שלימה במהרה בימינו וועט ווידער - ווי דער מדרש

דערציילט - דער אידישער פאלק זינגען, א שיר חדש, לאמיר זשע צוגרייטן אלע אידישע קינדער זיי זאלען מיט שטאלץ קענען אויסרופען:

זה א-לי - דאס איז מיין ג-ט - ואנוהו - דורך אונזער גוטער אויפפירונג אין צייט פון גלות, וועט ער איצט אויפשטעלען זיין וואהנונג דעם בית המקדש.

מיר ווינשען אלע אייערע מעמבערס א כשרן פריילעכען פסח און הצלחה אין אייער ארבעט,

בברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

סח

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 251 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

בענטשערל: שנשלח לחיילים. ראה אגרות קודש אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ז אגרת א'תתקסד.

יו"ר ועד הפועל: מל"ח.