ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תקלז

ב"ה, ח' סיון, תשט"ו

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד

סניף קינזמאן-קלעוולאנד

ברכה ושלום!

באשטעטיגט דערמיט די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ב' סיון, וועגען דער אסיפה פון פאר צוויי וואכען מיט דאס בייגעלייגטע.

און אין די טעג וועלכע זיינען פארבונדען מיטן זמן מתן תורתנו, איז אייער טשעק איבערגעגעבען געווארען צו שטיצען די וואס לערנען תורה אן א ספעציעלען "תכלית", נאר מער ניט ווייל דאס איז תורתנו הק' תורת יים, און דער זכות פון דעם זאל ביישטיין יעדערער פון די באטייליגטע איןד י סניפים אז זיי זאלען האבען אמת'ן תורה נחת וועלכעס זאל זיין סיי בגשמיות (מאטעריעל) און סיי ברוחניות (גייסטיג) פון זיך אליין און פון יעדערען פון דער פאמיליע, און לוטן אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מזי"ע זאל יעדערע פון אייךמיט די פאמיליעס האבען א געזונטען פרייליכען זומער בתוך כלל ישראל.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר