ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תרלז

ב"ה ט"ו תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה! אין ענטפער אויף אייער בריף, וואס איר וואונדערט זיך אויף דעם אינהאלט פון מיין בריף, ענטפער אויף א צעטיל פון כבוד זוגתו הרבנית שתליט"א.

א) וואס איך האב געשריבען אז מען זאל בודק זיין די מזוזות, איז דאס ניט וויילע איך בין ח"ו חושד וועמען, נאר אזוי ווי אין ענליכע פאלען, און אויך נעמענדיק אין אכט די דיעה אין מכילתא וועגען בדיקת תפילין ומזוזות (עיין רא"ש סוף הל' תפלין) מימים ימימה י"ב חודש (חאטש דער דין איז אז עס איז גענוגענד צוויי מאל אין א שמיטה), האב איך דעריבער געשריבען ווי בא מיר האט זיך אפגעלייגט אז מען זאל איצטער בודק זיין די מזוזות, ארון דאס וואס מיט א צייט פריער זיינען זי געווען כשר'ה, אין דאס ניט קיין סתירה אז מען זאל זיי דארפען בודק זיין, ווי מען זעהט פון דעם דין אליין אז צווי מאל אין שמיטה דארפמען בודק זיין, און עס איז פארשטענדליך אז אמאל שפרינגט אפ די טינט אדער עס קומט אמאל אריין א ביסעל וואסער אונטערן שיידיל פון דער מזוזה, און דארטען וואו עס איז פארבונדען מיט געזונט, טוט מען אויך קלענערע ספיקות אום צו בעסערן דעם געזונט.

ב) דאס וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט זיינער צייט געשריבען צו אייער פרוי תחי' אין א לשון פון הבטחה און א פעסטען צוזאג. און אין מיין בריף איז ניטא אזא אויסשטפארך. - איז דער טעם אין דעם גאר פשוט, וויילע ער איז געווען א נשיא ישראל צדיק יסוד עולם האט ער גאר אנדערע כחות, און דעריבער על פי מאמר רז"ל צדיק גוזר האט ער געקענט שרייבען אין א שפראך פון הבטחה.

ג) זעלבסט פארשטענדליך, אז דעם צעטיל פון זוגתו הרבנית תחי' האב איך אליין געלייענט, און האב אויך דיקטירט ווארט אין ווארט דעם נוסח פון דעם ענטפער צו איר, ווארום אלע בריף וואס קומען אן אויף מיין נאמען עפען איך זיי אליין, און עס איז ניטא קיין גרונד צוט דעם חשד וואס איר שרייבט, אז עס האט געטאן ווער עס איז וכו'.

ד) און אזוי ווי די טעג האט מען געפייערט די ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וגאולתנו ופדות נפשנו, זאל השי"ת העלפען אז עס זאלען מקוים ווערען די ברוכת וועלכע ער האט געגעבען צו אייער פרוי הרבנית תחי' אין דער פולסטער מאס, און מיט אייך צוזאמען זאלט איר ביידע האבען פיל אידישען נחת לאריכות ימים ושנים טובות פון אלע אייערע יוצאי חלציהם שיחיו.

בברכה.

נ.ב.

מוסגר פה חוברת המשך המאסר של כ"ק מו"ח אדמו"ר אשר בטח יזכה בתוכנו גם את הרבים וזכות הרבים תלוי בו.