ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תרנט

ב"ה, כ"ב תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי'

שו"ב

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון עש"ק פנחס, און זיכער האט איר שוין באקומען מיין ענטפר אויף אייער פריערדיקען בריף.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר טוט אין די ענינים פון מעמד, און זיכער וועט דאס אייך בריינגען א תוספת הצלחה אין געוזנט און אייערע ענינים הפרטים.

איך האף אז איר זוכט ענערגיש אויף א פאסענדען אופן צו לערנען פארן עולם, וכיו"ב. וואס נוסף אויף דעם עיקר, די תועלת אין רוחניות, קען מען האפען אז מיט דער צייט זאל דאס אויך זיין א נוצען בגשמיות.

זעלבסט פארשטענדליך אז אלע הוצאות וואס איר האט אין פארבינדונג מיט די ענינים פון מעמד, מוז דאס גיין אויפן חשבון פון ועד המעמד, און ווי עס איז באוואוסט אין דעם דער סיפור פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אז ווען זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געשיקט הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה גורארי' מיט א שליחות אין פעטערסבורג, האט ער עם געגעבען פון זיין קאסע וויפיל מען דארף אויף הוצאות. און הגם עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך ווי צופרידען עס איז געווען החסיד הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה פון דער שליחות און דאך האט דער רבי געוואלט אז די הוצאות זאל גיין דוקא פון זיין קאסע, און ווי דאס ווערט ערקלערט אין אנדערע ערטער דעם טעם פון דעם.

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אייער פרוי תחי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום גוטען געזונט ולאריכות ימים ושנים טובות, והשי"ת יצליחו לבשר בשורות טובות בהנוגע לעצמו ולבני ביתו ולכל הסביבה.

בברכה.

ג'תרנט

מוה"ר חיים: פלוטקין. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ז ב'מד, ובהנסמן בהערות שם.