ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תשמב

ב"ה, ג' אלול, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה יונה שי'

שלום וברכה!

... אויף אייער באמערקונג במה שכתב בעקדה שער פ' בתחלתו: שלא יתואר היכולת האלקי... לקבץ בין ההפכים, מיר זאגען דאך " כל יכול"

זייט איר פאלקאם גערעכט.

די חוקרי ישראל וואס אלטען מיטן מיינונג פון בעל העקדה, פארענטפערן אז כל מיינט אלף וואס איז נאר מעגליך על פי שכל, און ווי געבראכט בקיצור אין מקור חיים אפן ארט. - ומובן הדוחק שבפירוש זה.

אבער גדולי הראשונים, מקובלים און תורת החסידות האבען שוין לאנג געפסקנט אז השי"ת יכולת איז אומבאגרעניצט - כל יכול כפשוטו. - זע שו"ת הרשב"א ח"א סתי"ח, ספר החקירה להצמח צדק ע' סח. ד"ה וטהר לבנו עזר"ת ועוד.

א ראי' מוכחת ווערט פון זיי געבראכט ממרז"ל (יומא כא, א) מקום ארון אינו מן המדה, אף על פי וואס ער האט געמוזט זיין כציווי השי"ת אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו וקומתו.

ג'תשמב

מו"ה יונה: דרעשער. אגרת נוספת אליו - לעיל ג'תרעו.