ספריית חב"ד ליובאוויטש

ג'תתג

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשט"ו

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

צום אנקומען פון דעם נייעם יאהר, וויל איך ווינשען יעדערען און יעדערע בתוך כלל ישראל - לויט דעם אור-אלטען נוסח - א שנה טובה ומתוקה.

ראש השנה, אנהויבס יאהר, איז באשטימט געווארען, דורך אונזער תורה, אויף דער צייט אין יאהר אין וועלכער די וועלט איז באשאפען געווארען, אבער ניט אויף דעם ערשטען טאג פון דער באשאפונג, נאר אויף דעם זעקסטען טאג ווען עס איז באשאפען געווארען דער מענטש.

די גרויסקייט פון דעם טאג און דער באשאפונג, באשטייט ניט אין דעם וואס עס איז צוגעקומען נאך א באשעפעניש און א באשעפעניש מיט א שטופע העכער פון די פריערדיקע, אזוי ווי חי (לעבעדיקע באשעפענישען) איז העכער פון צומח (געוויקסען) און צומח איז העכער פון דומם (שטיינער, ערד א.ז.וו.),

נאר אין דעם וואס עס איז צוגעקומען א באשעפעניש וואס איז שלא-בערך אנדערש פון פריערדיקע,

ווארום ער האט דערקענט דעם באשעפער אין דער בריאה, און נאך מער, ער האט אויבגעהויבן די גאנצע בריאה צו דעם געפיל, און מיט דעם, צו איר מדריגה פון שלימות.

ווארום דערפילען און דערזעהן ג-טליכקייט אין בריאה - איז דער ענד-ציל פון דער גאנצער באשאפונג.

* * *

איינע פון די הויבט שטריכען מיט וועלכע דער מענטש אונטערשיידט זיך פון אלע אנדערע באשעפענישען - איז די בחירה חפשית (פרייער אויסוואהל) ואוס דער באשעפער האט עם געגעבען,

וואס דער מענטש קען זי אוסניצען אין צוויי געגענזייטיגע ריכטונגען: אדער, רחמנא ליצלן, גיין אויפן וועג וואס בריינגט צום צושטערען זיך און בריינגען ארום זיך חורבן. אדער, פארקערט - אויסצוקלייבן דעם ריכטיגען וועג אין לעבען, און דורכדעם דערהויבען זיך און די בריאה צו איר העכסט מעגליכער מדרגה.

און אויף צו דערקענען דעם וועג און געפינען די לעבענס אויפפירונג וואס פירט צו דעם ענד-ציל, איז אונז געגעבען געווארען די תורה,

וואס די תורה איז א ג-טליכע און אייביקע און אירע אנוויזונגען זיינען אויף אלע צייטען און אין אלע ערטער.

* * *

מיט דעם אייגענעם שכל קען א מענטש דערצו ניט דערגרייכען, ווארום זיין שכל איז דאך א באגרענעצטער.

דער שכל קען עם בלויז דינען - אויף ענטדעקען און ארויסבריינגען אין עם די אינערע אבסאליוטע געוויסהייט וואס ער האט און די אמונה פשוטה אין די זאכען וואס זיינען העכער פונם שכל, און דערמיט באלעבען זיין גאנצען וועזען און געפינען דעם ריכטיגען וועג אין טאג טעגליכען לעבען, וואס דאס איז דער דרך התורה והמצוה.

* * *

ראש השנה שטעלט זיך דער מענטש ניט בלויז פארן ג-טלעכען משפט, נאר אויך פאר א משפט איבער זיך אליין.

ער דארף באשליסען - אז ער נעמט אויף זיך צו דערפילען זיין אויפגאבע און פליכט, צו דערהויבן זיך און די וועלט ארום זיך צו דער אנערקענונג פון דעם אנזאג "בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (לאמיר זיך בויגען, קניען און אונטערווארפן זיך פאר דעם אויבערשטען אונזער באשעפער)

ווי דער ערשטער מענטש, אדם הראשון, האט עס געטאן אין דעם ערשטען טאג פון זיין באשאפונג, דעם ערשטען ראש השנה.

וואס דאס מיינט א טאג-טעגליכען לעבען על פי התורה.

און ניט, חס ושלום, נעמען דעם וועג וואס פירט צום אפגרונט, צו צושטערונג און פארניכטונג.

* * *

און זאל א מענטש ניט טראכטען: וואס בין איך און ווער בין איך, צו האבען אזא געוואלדיקען כח.

ווארום מיר האבען, ליידער, געזען וואס גאר א קליינע מאטעריעלע כמות קען "אויפטאן" אין צושטערען שטעט און לענדער דורך אטאמישע קראפט.

און אויב אויך צושטערונג האט א קליינע כמות אזא געוואלדיגע קראפט, וואס צושטערונג איז דאך געגען דער כוונה און תכלית פון דער באשאפונג,

איז אויף בויען און שטייגען העכער - א ודאי און נאך פילפאך גרעסער, דא די נויטיגע קראפט בא יעדען אייצעלנעם מענטשען, אויף דעם גיט עם דער באשעפער ספעציעלע כחות און מעגליכקייטען, כדי צו קענען דערהויבען זיך אליין צו דער נויטיקער הויך, העלפען אויך אנדערע דאס טאן, און דערהויבען די בריאה אלץ נעענטער צו שלימות,

ביז מען וועט צוקומען, סוף כל סוף, צום צושטאנד אז "וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה".

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

מנחם שניאורסאהן

ג'תתג

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 415.