ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'רחצ

ב"ה, ו' אייר, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

איש רב פעלים רא"ש שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ג ניסן אין וועלכען איר שרייבט וועגען די התועדות'ן פון די ימי הסגולה, אז זיי זיינען געווען ברוב עם בכמות און התרוממות הרוח באיכות, און השי"ת זאל העלפען אז לויט ווי ערקלערט אין לקוטי תורה באריכות, זאל פון די מועדים לשמחה נמשך ווערען די שמחה אויף אלע טעג פון יאר, און בפרט שחג המצות יציאת מצרים וועלכעס ווערט יעדען מאל דערמאנט און בפרט שבת קדש ובפרטי פרטית בכל יום טוב וואס דאס איז דער ארויסגאנג און באפרייאונג פון עבדות לחירות, הכנה למ"ת, וואס די הכנה דארף זי[ין] אויף דעם פאסענדען אופן צו דעם וואס מען שטרעבט, זאל יעדער איינער טאן דאס ואס עס ווענדעט זיך אן עם צו באפרייען זיך פון דאגות און טרדות, און דאס וועט מעגליך מאכען די קבלת התורה אין דעם קומענדען יום-טוב שבועות בשמחה און נאך מער בפנימיות, און דער זכות וואס איר נעמט אויף זיך חלק ההוצאות פון הפצת המעינות הדרכת תורת החסידות ותורתה (ביז עס זאל דערגרייכען אויך) חוצה, זאל בריינגען נאך מער הצלחה אין דער ליבליכער ארבעט עבודה קדושה, און מיר אלע זאלען זוכה זיין צו פייערן די אמת'ע באפרייאונג פון גלות האחרון על ידי משיח צדקנו.

בברכה ופ"ש כל המתפללים וחברי בית הכנסת שי'.

ד'רחצ

נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 457 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

רא"ש: ר"א שקלובסקי, פתח תקוה. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"א ג'תקפה, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ד'תרט.