ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'רפ

ב"ה, א' אייר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

זיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף צוזאמען מיט דעם בריף פון הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים למצות וחסידות מו"ה... שי' און צוליב פערשידענע סיבות האט זיך אפגעהאלטען דער ענטפער ביז איצטער.

בנוגע די פראבלעמען וואס איר שרייבט אין אייער בריף, איז פון איצטער אן און ווייטער, דארפט איר זיך אריינטראכטען אין דעם אמת, - וואס עס איז אנווענדבאר פאר יעדער אידן - אז בתוך כלל ישראל איז יעדער פון אונז א שליח פון השם יתברך בורא עולם, דורכפירן א הייליקע ארבעט אין עולם הזה, וואס די עבודה אין אלגעמיין איז שוין אנגעוויזען געווארען אין משנה, אני נבראתי לשמש את קוני, און ווי דאס קען געטאן ווערען, איז דער דין אין שולחן ערוך, אז - בכל דרכיך דעהו, (או"ח סי' רל"א) אז יעדער זאך וואס מ'מעג און מ'טוט, קען מען עי"ז דעהו, מיט א גוטער כוונה,

און כדי צו וויסען וואס מען מוז טאן און וואס מען טאר ניט טאן, איז דאס אנגעוויזען געווארען בתורתנו תורת חיים, פון דעם איז פארשטענדליך אויך, אז די שליחות וועלכע איז געגעבען יעדערען פון אונז איז ניט קיין איינהייטליך גלייכע, וויילע יעדערער דארף אויסניצען זיינע כחות און מעגליכקייטען, און לויט די כחות און מעגליכקייטען, אונטערשיידען זיך אויך די שליחות'ן.

און היות השם יתברך האט מצליח געווען דעם אידישן קהל אין... אז פון א געוויסער צייט איז דארט געגרינדעט געווארען די ישיבת... איז איינע פון די הויפט שליחות'ן פון יעדער אידן וואס געפינט זיך אין... צו טאן אלץ וואס מעגליך, ניט נאר צו פארשטארקען די ישיבה נאר אויך זעהן אז זי זאל פארגרעסערט ווערן מער און מער, און זי זאל קענען ארייננעמען און ארומנעמען דעם גאנצען יוגענט און קינדער, און דורך זיי אויך בעאיינפלוסען די עלטערן מיט אידישע ווארימקייט און אידישע ליכטיקייט.

און אין איינקלאנג מיט דאס אויבען געזאגטע, דארפט איר זיך צונויפריידין מיט דער הנהלה פון דער ישיבה, וואס איז דאס בעסטע און אין וועלכען אופן, וואס איר קענט לייסטען פאר דער ישיבה,

און אז איר וועט זיך אריינווארפען אין דער ארבעט, - (און זעלבסט פארשטענדליך אז צוליב דער נוצליכקייט פון דער ארבעט זעלבסט, דארף דאס געטאן ווערען אין א אופן, אז עס זאל ח"ו ניט שאדען צום געזונט, און אויך צו אנהאלטען די פרנסה ענינים וואס השי"ת וועט אייך געבען, ווארום השי"ת גיט גענוג כחות אין צייט אז מען זאל קענען טאן זיין שליחות, מיט א געזונטען גוף ובפרנסה כדבעי), - איז דענסטמאל אלס שליח פון בורא עולם, און ווי א זעלנער אין מיליטער נעמט איבער אויף זיך די אויבערמאכט זיינע פריוואטע זארג און פארזארגונג, אזוי אויך זייענדיק אין דינסט פון השם יתברך, וועט פון אייך באזייטיגט ווערן די ענינים וועלכע שאפען אייך זארג.

אום צו אפווישען דעם רושם פון דעם עבר, דארפמען פאר צען אידען בעטען מחילה בא די, וואס איר האט אפגעלאזט דעם שידוך - ניט אנגעבענדיק זיי אויב די שולד איז פון אייער זייט אדער ניט אינגאנצען פון אייער זייט, אויך גלייך געבען בודק זיין אייערע תפילין און די ציצית פון טלית גדול וטלית קטן, און די מזוזות בא אייך אין דירה, און אין די חדרים אדער אפיס פון פעקטארי די מזוזות, אויב מען עסט דארט אמאל, און איר זאלט זעהן צו שלאפען אין א טלית קטן, און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה און פאר תפלת מנחה, געבען א פאר קליינע מטבעות אין א צדקה פושקע, און טאן דאס ביז קומענדען ראש השנה הבע"ל, און יעדער טאג נאכן דאוונען זאגען דעם שיעור תהלים, ווי פארטיילט אויף די טעג פון חדש.

זעלבסט פארשטענדליך, אז א חוץ דאס אויבען געזאגטע דארפט איר האבען א קביעות עתים פון לערנען, און דער לערנען חסידות איינגעשלאסען, ונכון יהי' לבו בטוח בבורא עולם ומנהיגו, אז ער איז משגיח אויף אייך בהשגחה פרטית און היטן אייך אין אלע אייערע ענינים, און האט גארניט וואס צו איבערטראכטען, און השי"ת זאל העלפען אז בקרוב ממש זאל איך באקומען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען דערמאנטע.

בברכה.