ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'שנה

ב"ה, כ"א אייר, ה'תשט"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די אנפירערשאפט און אנטיילנעמערינס

אין דער

קאנווענשאן פון אגודות נשי ובנות חב"ד

ניו-יארק, נ.י.

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך שיק דערמיט א באגריסונג און ברכה צו די דעלעגאטינס און חברות און צו אלע אנטיילנעמערינס אין דער קאנווענשאן, דינסטאג כ"ז אייר, און האף צו השם יתברך, אז די פארזאמלונג וועט זיין מיט גרויס דערפאלג און ברענגען די געוואונשענע רעזולטאטן.

די צייט צווישן פסח - דער יום-טוב פון אונזער אויסלייזונג פון מצרים, און שבועות - דער יום-טוב פון אונזער באקומען די תורה, איז ספעציעל צוגעפאסט פאר יעדער טעטיקייט וואס באצוועקט צו פארשטארקן דאס לערנען תורה און טאן און מקיים זיין מצוות, ווארום דאס איז דאך די צייט פון צוגרייטן זיך אויפצונעמען די תורה.

באזונדערס איז די צייט מסוגל פאר פרויען ארבעט אין דער ריכטונג, נעמענדיק אין אכט וואס אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערציילן וועגן די באזונדערע פארדינסטן פון די אידישע פרויען אין צוזאמענהאנג מיט די דערמאנטע צוויי געשעענישן: בא יציאת-מצרים - אז אין זכות פון די פרויען צדקניות זיינען אונזערע עלטערן אויסגעלייזט געווארן פון מצרים; בא מתן תורה - אז דער אויבערשטער האט געהייסן משה רבינן ריידן צוערשט מיט די פרויען און דערנאך מיט די מענער, וואס דורכדעם וועט דאס אננעמען פון דער תורה פארשטארקט און פאראייביקט ווערן.

און יעדעס יאר אין דער צייט באנייט זיך די ג-טלעכע ברכה און השפעה ווי זי איז צוערשט אנפלעקט געווארן. מען דארף אבער צוגרייטן און שאפן די פאסנדע מיטלען און כלים כדי אויפצונעמען און אויסניצן די ברכה - אין דער צייט און אויף א לאנגע צייט נאכדעם.

אין בין שטארק אין דער האפנונג, אז יעדע איינע פון אייך וועט זיך אריינטראכטן אין דער גרויסער פליכט וואס עס ליגט אויף די וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין פארבונדן מיט אגודת נשי ובנות חב"ד, און אויסניצן די גרויסע געלעגנהייטן און מעגלעכקייטן, וועלכע די קאנווענשאן שטעלט מיט זיך פאר, צו פארשטארקן און אויסברייטערן די טעטיקייט פון יעדן סניף בכלל און פון יעדער חברה בפרט.

צוזאמען מיט א פארגרעסערונג אין דער אינערלעכער ארבעט פון די אגודות נשי ובנות חב"ד, דארף און מוז אייך זיין אן אויסברייטערונג פון דער ארבעט מיטן צוועק אויסצושפרייטן איר ווירקונג אויך אויף פרויען וועלכע זיינען דערווייל נאך ניט פון חב"ד, אין ענגען זין פון ווארט, און צוציען זיי צו אייער קרייז און סניף, וואס דורכדעם וועט מען זיי אויך צוברענגען צו די לעבעדיקע און לעבנסגעבנדע קוואלן פון אידישקייט ווי זיי זיינען דורכגעדרונגען מיט דער אינערלעכער ווארעמקייט און ליכטיקייט פון חב"ד חסידות-לערע און לעבנס שטייגער.

זיכער וועט אויסגעארבעט ווערן אן ארבעטס-פראגראם אויך אין דער ריכטונג.

השם יתברך זאל מצליח זיין אייער ארבעט, איר זאלט זי אנפירן און דורכפירן מיט הצלחה און פרייד, אין גוטן געזונט און מיט פיל נחת, אידישן און חסידישן נחת, פון יעדן פון דער פאמיליע שיחיו און פון זיך אליין.

בברכת הצלחה,

מ. שניאורסאהן

ד'שנה

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 250 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

דער קאנווענשאן: סקירה נרחבת מהכינוס, וכן מהפעילות הכללית של אגונ"ח, נדפסה בחוברת מיוחדת "ערשטע נאציאנאלע קאנווענשאן אגודת נשי ובנות חב"ד אייר תשט"ז" (קה"ת ל"ג בעומר תשי"ז).