ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'שעט

ב"ה, כ"ו אייר, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד

סניף מאנטרעאל,

ד' עליהן תחיינה.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ב אייר, אין וועלכען איר שרייבט - חאטש אין קורצען - וועגען אייער ארבעט אין די פארגאנגענע וואכען, און השם יתברך זאל העלפען אז די ארבעט זאל שטענדיג האלטען אין פארגרעסערען זיך און אויסברייטערען זיך, וואס דאס פאדערט זיך איצטער אין א פיל גרעסערער מאס איידער פאר אונדזער צייט, און וויבאלד אז מען פאדערט דאס פון אונז, גיט השם יתברך די מעגלעכקייט און כחות צו פארווירקליכען דאס.

זיכער וועלען די פון אייך געקומענע דא צו דער אלגעמיינער אסיפה פון נשי ובנות חב"ד, איבערגעבען א גרוס פון דאנען, און איך וויל דא צוגעבען אויך א וואונש צו [א] פרייליכען יום טוב שבועות און א געזונטען זומער פאר אייך און אייערע פאמיליעס שיחיו.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ד'שעט

אלגעמיינער אסיפה: ראה לעיל אגרת ד'שנה.