ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'שפד

ב"ה, כ"ז אייר, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מו"ה משה זלמן שליט"א ובנו מו"ה דוד

שליט"א

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום ב' אלס צוגאב צו די גרוסן און ידיעות וואס איך באקום פון אנ"ש שיחיו שבאה"ק ת"ו על ידי משיח צדקנו.

געוויס באזוכט איר ניט נאר דעם כפר חב"ד, נאר אויך אלע מוסדות חב"ד וועלכע געפינען זיך בארצנו הקדושה און נעמט אויך איינטייל אין די התועדות אנ"ש וועלכע קומען פאר אין די ימי סגולה וואס אויף וויפיל דאס זאל ניט זיין חשוב אין אלע ערטער, איז דאס נאך מער חשוב'ר אין ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, און לויט דעם באוואוסטען חסידישער ווארט, אז אידען טרעפען זיך צוזאמען קומט ארויס פון דעם א טובה צו די אלע וועלכע האבען זיך צוזאמענגעטראפען און וואס נאך מער, אז עס העלפט נאך א אידען, און בפרט ווי מען זעהט דאס בעשיינפערליך, אז די באגעגעניש איז מתוך אהבת ישראל און חסידישע ווארימקייט.

ולקראת חג השבועות זמן מתן תורתנו הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, ווינש איך אייך און אלע אייערע לויטן נוסח הברכה וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר פלעגט באנוצען, לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

בברכת החג.

ד'שפד

מו"ה משה זלמן: פייגלין, מלבורן (ובשעה זו באה"ק). אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ב ד'ק, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ד'תשח.

חסידישער ווארט: ראה גם לעיל ח"י אגרת ג'קנט, ובהנסמן בהערות שם.