ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תא

ב"ה, כ"ט אייר, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאכן לאנגען שוייגען בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ל' בעומר, אין וועלכען איר שרייבט ראשי פרקים פון דעם וואס עס טוט זיך בא אייך, ותודה לא-ל פאר דער גוטע בשורה פון דעם געזונט פון פלונית שתחי', ויהי רצון עס זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער.

בנוגע אייער שרייבען, צו העלפען אחינו בני ישראל אשר בארצנו הק' תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו, איז באוואוסט די רייד פון דוד מלך - שהוא - חי וקים (תהלים קכ"ז), אז ווען ה' יבנה בית, און ה' ישמר עיר, דענסטמאל העלפט דאס בויען און היטען פון א בשר ודם, און דעריבער מוז מען דורכאויס זעהען, אז השם יתברך זאל טאן דאס אויבען געזאגטע, וואס דאס פירט מען אויס על דרך דעם מאמר פון ר' אבא בר כהנא ור' אמי ור' אסי (אין פתיחתא דאיכה רבתא במדרש רבה) דורך לימוד תורתנו הק' און דעם לערנען איר ביראת שמים ועל טהרת הקדש, דארטען אין ארצנו הק', און ליידער זיינען ווייניג די העלפער אין דעם און אויך די וואס העלפען יע, איז דאס אין א ניט גענוגענדער מאס, און דעריבער דארף יעדער איד חובבי תורה ומצות וואס זיינען דורכגענומען מיט אהבת ישראל, וואס אמת'ע אהבת ישראל איז דורך אהבת התורה ואהבת השם, דארפען זיי שטיצען מיט א גאר אנדער מאס די מוסדות הנ"ל בארצנו הק' ת"ו.

און אויב מען וועט אייך אויפווארפען, פארוואס איז ניט קענטיג אייער נדבה אין די פערשידענע קאמפיינס - קענט איר זיי ענטפערן אז ניט איר זשאלעוועט די געלט אדרבה איר גיט נאך מער לפי ערך (און בפרט, אז די געלט ותורתה פארקלענערט אויך הסכנה ובמילא ההוצאות אין ענינים גשמים וד"ל).

און אויך צוגעבען אז לויטן פסק רז"ל איז ענייך קודמין ועניי עירך קודמין, אנ"ש ומקושרים ושייכים, וואס פארלאנגען, און פרעגען בא מיר, ווייז איך זיי אן צו מנדב זיין אויף די מוסדות חב"ד בארצנו הק' ת"ו וואס די ארבעט דארט לויט דער פאדערונג פון דער צייט, ווערט אלץ מער און גרעסער, און איך האף אז אין כפר חב"ד, וואו עס איז געווען השריפה אשר שרף ה' וועט דארט איצט נתגלה מדת הרחמים שהיא גדולה ממדת החסד שלפני' נחלה בלי מצרים מבריח מן הקצה אל הקצה, וכהוראת רבנו הזקן רבנו האמצעי וכ"ק אדמו"ר הצמח צדק, כי שם ציוה ה' את הברכה עד העולם.

בברכה.

ד'תא

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 485 והושלמה ע"פ העתקה.

געווען השריפה: ראה לעיל אגרת ד'רפא, ובהנסמן בהערות שם.

נתגלה מדת הרחמים: ראה לעיל אגרת ג'שז, ובהנסמן בהערות שם.