ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תלג

ב"ה, י"א סיון, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מערב זמן מתן תורתנו.

נאך דעם ליינגערן איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער אייגענהאנדיגען בריף, פון וועלכן איך נעם אן אז אלץ איז בא אייך בסדר ובשלום, און לויטן אינהאלט פון אייער בריף זעהט אויס אז איר זייט קובע עתים לתורה יעדער טאג, און איך האף אויך - חאטש איר דערמאנט ניט - אז איר באטייליגט זיך אויך אין די התועדות פארבריינגען פון אנ"ש וועלכע זיינען בשכנות מיט אייך, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן, אז דאס וואס א חסידישער פארבריינגען קען אויפטאן קען מלאך מיכאל ניט אויפטאן.

בנוגע אייער פראגע וועגען די צייטען פון זאגען תהלים, איז לויט ווי איך האב געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז א חוץ ראש השנה און יום כפורים, איז באנאכט זאגט מען תהלים נאך האלבע נאכט און ניט פריער.

אין אייער צווייטער פראגע, צי זאלט איר אויפגעבען א טייל פון אייערע שעורים וואס איר האט אום צו זאגען דעם גאנצען תהלים עטליכע מאל אין טאג, - לויט מיין מיינונג, מקומך על תנח, ד.ה. איר דארפט אנהאלטען די שיעורים אייערע, און אין איינקלאנג מיט אייער גוטער הארץ פארלאנגט צו מוסיף זיין אין זאגן תהלים - זאלט איר אויסער דעם זאגען תהלים פארן דאוונען, אויך נאכן דאוונען זאגען דעם שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - און אויך האבען א קביעות צו לערנען תורת החסידות יעדער טאג, און אויך לערנען יעדער טאג א פרשה חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך, (זונטאג פון אנהויב סדרה ביז פרשת שני, מאנטאג פון פרשת שני ביז שלישי א.א.וו;) און השם יתברך זאל געבען אייך און אייער פרוי שיחיו אריכות ימים ושנים טובות און צו קענען אנזאגען גוטע בשורות תמיד כל הימים.

בברכה.

ד'תלג

דער ווארט: ראה גם לעיל חי"א אגרת ג'תקז, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ד'תלו.

ד'תפה.