ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תמד

ב"ה, י"ג סיון, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו אין וועלכען איר באשרייבט אין קורצען, דאס וואס איר זייט אדורך געגאנגען אין אייער לעבען, די וואנדערונגען איבערלעבונגען און ערגערונגען, ביז דער לעצטער צייט אנקומענדיק אין... און באמערקט אויף זאכען וועלכע זיינען ניט פארשטענדליך.

אזוי ווי אין סעקראטאריאט איז ניטא קיין רוסישע שרייב מאשינקע, ענטפער איך דעריבער אין אידיש, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז איר קענט מיר אויך אויף ווייטער שרייבען אין דער שפראך וועלכע איז אייך מער אודאבנער.

עס וואונדערט אייך - לויט אייער שרייבען - וואס איר זעהט ניט קיין אביסניעניע אויף די סלוטשאייען פארגעקומענע אין אייער פאמיליע און בא אייך אין הויז.

איז. ווען איר וועט זיך אביסעל אריינטראכטען אין דעם, וועט דאס אייך ניט דארפן וואונדערן, ווארום א מענטש זעהט נאר א באגרעניצטען טייל פון דעם וואס עס טוהעט זיך מיט אים, און ארום אים, און דעריבער קען ער ניט אפשאצען אמת ריכטיג דעם אינהאלט פון דעם וואס ער זעהט.

אויף צו מאכען דורכזיכטיג קלאר דעם געדאנק, וועל איך בריינגען א פרימער: - ווען איינער זאל אריינגיין אין א אפיראציע קאמנאטע פון א האספיטל און וועט זעהן ווי עס ליגט א מענטש אויף דעם אפיראציע טיש, און ארום אים שטייען מענטשן מיט פארשידענע מעסערלאך און שניידען, און דער מענטש קרעכצעט פון יסורים, און דאך פראדאלזשאיען זיי מיט דעם שניידען, ניט וויסענדיק די פולע היסטאריע פון דעם אפערירטען מענטשען, וועט אט דער צופעליגער נאבליודאטעל ארויסלויפן מיט א געוואלד, אז מען האט גענומען א מענטש און מען שנייט עם און דער מענטש קרעכצט פון יסורים און קען זיך ניט העלפן צו באפרייען זיך פון גזלנים און רוצחים, אבער ווען מען וועט דעם צופעליגען באזוכער ערקלערן, אז די אפיראציע איז נויטיג אום ער זאל קענען לעבן נאך צענדליקער יארן, און דעריבער נעמט מען ניט אין אכט די ווייטאגען פון עטליכע שעה פון דעם אפערירטען, וועט דער גאסט אויך פולשטענדיק איינשטימען אז ניט נאר זיינען זיי - די מעסער שניידער - ניט קיין גזלנים און רוצחים, נאר פארקערט, דאס זיינען די גרעסטע טובה טוערס דעם מענטשן וועלכע זיי שניידען. און דאס ניט קוקענדיק אויף דעם, וואס די שניידער - אדער אויף דער היינטיקער שפראך, חירוגען - קענען ניט גאראנטירן אויף הונדערט פראצענט, אז די אפיראציע וועט זיין א געלונגענע, און וויפיל צייט ער וועט לעבן נאך דער אפיראציע, ווען די אפיראציע זאל אפילו זיין א געלונגענע.

פון דעם איז אויך פארשטענדליך אז בא א מענטשן אין זיין לעבן אויף דער וועלט, טרעפט זיך א זאך וועלכעס איז פארבונדן מיט ווייטאגען א שטיק צייט, און א אמת'ער ווייטאג, ניט קיין געדאכטער, - איז אבער וויסענדיק און אויך זעהענדיק השגחה פרטית, דאס הייסט אז די וועלט איז ניט הפקר, און אז זי פירט זיך מיט א געוויסער סיסטעם, און דער סיסטעם נעמט ארום ניט נאר עם אליין, נאר אויך זיין פאמיליע. און נאך פילע מער און מער, איז דער נארמאלער געזונטער שכל דיקטירט אז זיכער זיינען די פאסירונגען ניט פראטיווארעטשיווע צו דעם סיסטעם וואס אופראווליאעט אין דער וועלט ארום עם, עס איז מער ניט וואס מען הערט ניט פון דעם "פראפעסער און חירורג", דעם גרויסן נוצען וועלכען מען באקומט דורך דעם צייטווייליקען ווייטאג.

עס זיינען פאראן וואס פרעגן קשיות אדער זאגען אז, זיי זיינען אין סאמניעניע אויב די וועלט האט א סיסטעם און א ציל - אבער אלע ווייסן פון פיזיקע, חימיע, אסטראנאמיע, א.א.וו. (וואס איז אנערקענט ניט נאר פון אידן, און ניט נאר פון ג-ט גלויביקע, נאר אפילו פון ניע-וויערושציע) אז יעדער קלענסטער אטאם אין דער וועלט האט זיינע טאטשנע פראווילעס, און אלץ ווערט געטאן לויט די אין דעם געפונענע פראווילעס, אויך דער ערד, שטיינער, ראסטיעניעס, און זשיוואטנע, און אזוי וואס עס אקרוזשאייעט אונדז נאר, האט אלץ באשטימטע געזעצן און איינשטעלונג איינגעשאפטן, חאטש דאס אלץ איז פיל פאכיג גרעסער אין פארנעם ווי איין מענטש און זיין פאמיליע.

שטעלט אייך פאר א קארטינע, ווי מען גייט אריין אין א גרויסער גראמאדנער זדאניע, וועלכע האט טויזענטער קאמנאטעס, און זעהט ווי אין יעדער קאמנאטע איז יעדער זאך מיט א פאריאדאק איינגעשטעלט, וואס אפילו ער אויך פארשטייט אז עס איז ריכטיג גוט אויסגעשטעלט, נאר אין איין צימער גאר א קליינער אויף דעם איז בא אים א סאמניעניע, אויב אויך דא איז אלץ ריכטיג אויף דעם ארט, די מעבל און די אנדערע זאכען וועלכע געפינען זיך אין עם. - איז יעדער נאר נארמאלער מענטש, וועט געוויס טראכטן בא זיך, וויבאלד אז די אלע טויזענטער קאמנאטעס פון דער ריזיקער געביידע, זיינען אין דער בעסטער ארדענונג, איז דאך קיין צווייפל, אז אויך אט דער איינצעלער חדר, וואס ער פארשטייט נאך ניט דעם סדר אין דעם, אבער ער איז דאך א טייל פון דעם גרויסן בנין, איז אויך ער מיט א געפלאנטער ארדענונג, חאטש פאר עם איז דאס ניט פארשטענדליך.

דעם נמשל פון דעם, רעכן איך איז איבעריק נאך מער צונעמען און ערקלערן - איך וויל נאר צוגעבן נאך איין פרט - אז יעדערער פון אונז און אויך בכלל, איר אליין, ווען מען זאל אריינטראכטן ווי עס זיינען דורך די יארן, בא עם, אין וועלכע ערטער ער איז געווען, און וואס עס האט פאסירט, און טראכטן אין דעם אביעקטיוו וועט ער זעהן צענדליקער און טויזענטער פאלן ווי מען האט געפירט עם אין א באשטימטער נאפראווליעניע, אנהויבנדיק פון צען יאר פריער, און פון דענסטמאל אן גייט דאס אלץ פון לינקס צו רעכטס, אלץ אין דער ריכטונג, וויסענדיק אבער אז השם יתברך וויל אז דער מענטש זאל טאן זאכן מיט זיין אייגענע בחירה ווי מען זאגט אין רוסיש, פא דאבראי וואלעי, לאזט מען יעדערן, און אויך עם אריינגערעכנט, און מען גיט די מעגליכקייט, צו אויסקלייבן אליין די וועג, און דעריבער איז קיין וואונדער ניט וואס זייענדיק ניט מער ווי א מענטש, מאכט מען טייל מאל פעלערן און מען גייט אראפ פון וועג, און אנשטאט דעם, אז די וועג זאל זיין שטענדיק א גלייכע, מאכט מען אמאל זיג-זאגען, אבער ווען מען טראכט זיך אריין אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און מען וויל ניט זיך אליין אפנארן, פארלייגט מען זיך אויף דעם, אז די צאל זיג-זאגען זאל ווערן קלענער און זעלטענער, וואס דענסטמאל - קומט מען צו צום ציל וואס השם-יתברך האט געשטעלט פאר יעדער מענטשן, און פאר יעדן אידן ספיציעל, אז ער זאל זיין אמת גליקלאך מיט זיין פאמיליע, און אויך בעולם הזה, וואס צו דעם קען מען צוקומען, ווען מען פירט זיך ווי די תורה, וועלכע רופט זיך תורת חיים - א לעבעדיקע תורה - לערונט אונדז, מען דארף נאר פארווארענען די טענה וואס דער יצר הרע באנוצט זיך מיט איהר זייער אפט, וואס ער ווייזט אן אויף א מענטשן וועלכען מען האלט פאר א פרומען, און פירט זיך אויף על פי תורה, און פינטלט אן אויך אויף די חסרונות וואס דער מענטש האט, און פון דעם וויל דער יצר הרע איינלערנען מיט דעם וועלכען ער טענה'ט אריין, אז וויבאלד דער פירט זיך על פי תורה, און האט דאך די פעלערען איז דאך א סימן אז די תורה טויג ניט ח"ו, והראי' ער האט געטאן די עולה און נאך א עולה און נאך א עולה.

איז אבער דא פאלשקייט אין דעם, וואס ער באווייזט נאר א טייל פון דעם מענטשן, און ניט אלעס אינגאנצן. און וועל דאס באלייכטן דורך א משל.

ווען מען גייט אין גאס און מען טרעפט א מענטשן ארויסגייענדיק פון א פראפעסער-דאקטער, און דער מענטש גייט אויף קאסטיליעס, קען א פארבאייגייער טראכטן און אויך זאגן, זעט ווי דער פראפעסער איז ניט גוט, ער איז דאך געווען באם פראפעסער און באצאלט אים פיל געלט, און פירט זיך אויף פינקטליך לויט זיינע אנווייזונגען, און דאך גייט ער אויף קאסטיליעס, און קען ניט מאכן קיין טראט אן זיי, - אבער ווען מען וועט ערקלערן דעם פארבייגייער, אז איידער ער איז געווען באם פראפעסער, האט ער ניט געקענט א ריר טאן מיט די פיס, און איז געווען אינגאנצן פאראליזירט, און דער פראפעסער האט ניט נאר שוואכער געמאכט דעם פאראליטש, נאר ער האט אויך עם געשטארקט, אז ניט נאר וואס ער קען באוועגן מיט די פיס, נאר קען אויך גייען, און פון צייט צו צייט גייט דאס אלץ בעסער און גרינגער, חאטש ער דארף נאך ניצן קאסטיליעס, און דעריבער איז מעגליך אז נאך פאלגענדיק די אנווייזען פון פראפעסער וועט ער סוף כל סוף פטור ווערן אויך פון די קאסטיליעס, און וועט פאלקאם געזונט ווערן.

אזוי אויך מענטשן פון געבארן אן האבען פארשידענע קאטשעסטוועס, אנדערע האבען מער גוטע, און אנדערע האבען מער שלעכטע, איז דורך וואספיטאניע פון גוטע מלמדים, און איבער הויפט דורך זעלבסט ערציאונג, אויב דאס ווערט נאר געטאן ריכטיק, ווערען אויך די געבארענע ניט גוטע קאטשעסטוועס, וואס אמאל שוואכער און ניט ווירקענד, און אזוי ווי א מענטש דארף דאך דעם גאנצען לעבן ערציהען זיך און לערנען זיך אליין, איז קיין וואונדער ניט, ווען מען טרעפט אן אט דעם מענטשן אין מיטען פון זיין ארבעט - זיין לערנען זיך אליין - אז מען געפינט אין עם אויך א טייל פון זיין ניט גוטעס, אבער עס איז ניט דערפאר וויילע ער פאלגט נאך די אנווייזונגען פון "פראפעסער" אין זיין לערנען זיך, נאר אין געגען טייל אין פארנעם איז ער איצטער פיל שוואכער - אין זיינע חסרונות - איידער מיט א צייט פריער.

איך וויל פארענדיקען און ארויסזאגען מיין כוונה מיט דעם - מיין בריף, עס איז ניט צוליב "פילאסאפיע" אליין, נאר אום צו געבען אייך דעם געדאנק, אז אויב איהר וועט וועלען ניצען זיך מיט דעם אביעקטיווען און מיטן געזונטען שכל, דארף דאס אייך בריינגען צו פארשטארקען אייער בטחון אין השם יתברך, און צו קוקען מיט א גוטער אויג אויף דעם מענטשן ארום אייך בכלל, און אויף די זשיטעלעס פון... ספיציעל, זעהן זייערע מעלות, אויף וועלכע זיי האבן אין גרעסטען טייל געהארעוועט אויף זיי, און באטראכטען זייערע חסרונות - אויב זיי זיינען פאראן - ווי געזאגט אין דעם משל פון די צייטוואייליקע קאסטיליעס, און איבער הויפט צו וויסען, אז איהר דארפט טאן אייער חלק, צו מאכען ליכטיג און באלייכטן אייער סביבה, ניט נאר פון אייער פאמיליע, נאר אויף א גרעסערן קרייז מענטשן, און דאס קען געטאן ווערען, דורך זיין דורכגענומען מיט אהבת ישראל, און וועלען זיי נוצען בריינגען, וואס זיכער איז דאס גוט און טוט גוטעס אויך פאר זיך אליין און אייערע בני בית שיחיו.

איך האף אז איהר וועט לייענען דעם בריף מיט דער געהעריקער וונימאניע, און זעלבסט פארשטענדליך, אויב איהר האט וועלכע פראגעס אדער עפעס ניט גענוג קלארקייט, וועל איך זיין צופרידען, אז איהר וועט מיר שרייבען אין דעם און איך וועל זעהן צו ענטפערן אייך לויט די מעגליכקייט, אויב אפילו צוליב פיל טרדות, וועט זיך דער ענטפער פארהאלטן א געוויסע צייט.

איך רעכען אויך אז דאס פון צייט צו צייט אפלייגן איז אויך א באווייז, אז מען גיט אייך נאך צייט, אז פא סוואיעי דאבראי וואלעי זאלט איר ענדערן אייער השקה (מילה ברוסית) אויף די מענטשען ארום אייך, און אויך ווי מען דארף צו אויפפירען זיך וואס אמאל בעסער און בעסער, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין.

בברכה.

ד'תמד

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 478, ומשם נעתקו תרגום המלים דלקמן.

אודאבנער: נוח יותר.

אביסניעניע: הסברה.

סלוטשאייען: מקרים (מאורעות).

פרימער: דוגמא.

קאמנאטע: חדר-ניתוח.

פראדאלזשאיען: ממשיכים.

נאבליודאטיעל: משקיף (רואה).

פראטיווארעטשיווע: בסתירה.

אופראווליאעט: מנהיג.

סאמניעניע: ספק.

ניע-וויערושציע: בלתי מאמינים.

טאטשנע פראווילעס: חוקים מדוייקים.

ראסטיעניעס, און זשיוואטנע: צומח וחי.

אקרוזשאייעט: מקיף.

קארטינע: תמונה.

גראמאנדער זדאניע: בנין גדול.

קאמנאטעס: חדרים.

פאריאדאק: סדר.

נאפראווליעניע: כיוון.

דאבראי וואלעי: ברצון הטוב (בבחירה חפשית).

קאסטיליעס: קביים.

פאראליטש: שיתוק.

קאטשעסטוועס: איכויות.

וואספיטאניע: חינוך.

זשיטעלעס: תושבי.

וונימאניע: תשומת לב.