ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תנה

ב"ה, י"ז סיון, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב'. איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז ביסלעכווייז שטעלט איר זיך איין אין קביעות עתים בלימוד און אויך בעניני פרנסה. און דאס וואס איר שרייבט וועגען דעם היזק וואס איר האט געהאט מיט א וואך פריער, דארפט איר זיין זיכער אז דאס איז נאר א צייטווייליגער עגמת נפש, און עס וועט צוריקגעשטעלט ווערען, ועוד זאת אין איינקלאנג מיט דעם ווארט פון קדושי עליון איז נאך מדת הדין ועגמת נפש - וועט נתגלה ווערען מדת הרחמים שהיא גדולה ממדת החסד שלפני' נחלה בלי מצרים מבריח מן הקצה אל הקצה.

אין דעם וואס איר שרייבט אז עס איז שווער צו געפינען א תירוץ ובכלל - מה היא עבודתי בעולם.

איז איינס ווערט פארענטפערט מיט דאס צווייטע. די עבודה פון האדם בעולם איז, ווי געזאגט אין סוף מסכת קדושין, אני נבראתי לשמש את קוני, און דער אופן העבודה איז ווי דער פסק הרמב"ם און בטור או"ח ס' רל"א, אז בכל דרכיך דעהו, און ווי ערקלערט דארטן די פרטים אין דעם. און דאס זוכען תירוצים אויף קושיות - גייט ניט אריין אין דעם כלל. און דעריבער איז דאס ניט נוגע, און, זעלבסטפארשטענדליך ניט קיין מוז, נאר אז מען איז זוכה און מען ווייזט אז מען קען ביישטיין נסיונות העלפט השם יתברך אז עס ווערען ווייניגער די העלמות והסתרים, און די זאך קושיות בכלל זה, און בכלל אז מען ווערט מער דורכגענומען מיט תורה ומצות - איז דער פארשטאנד פון מענטשן ווערט דורכזיכטיגער-ריינער געפינט מען גרינגער דעם תירוץ אויף ערשיינונגען וועלכע זעהען אויס א צווייטען אומפארשטענדליך.

געוויס היט איר אפ די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחומש תהלים ותניא הידועים, והשי"ת יצליחו.

בברכה,

מ. שניאורסאהן

ד'תנה

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 567 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ווארט פון קדושי עליון: ראה גם לעיל אגרת ד'שז, ובהנסמן בהערות שם.