ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תעז

ב"ה, כ"ב סיון, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון ח"י סיון, אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דער באציהונג פון פב"פ וועלכעס איז ניט ווי געהעריג און דעריבער בריינגט דאס צו ניט געוואונשענע רעזולטאטען.

והנה, א ישיבה בחור אין דיין עלטער און בפרט אזא וואס איז ערצויגען געווארען אין א חסידישע הויז, און אין הויז פון א תמים, איז זיכער איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אז לימוד התורה וקיום המצות דארפען געטאן ווערען וויילע דאס איז דער ציוויו של הקב"ה, און מיט דעם טוט מען ניט קיין טובה א צווייטען, נאר אן דעם היינגט אן זיין אייגענע טובה בזה ובבא, דער טוב הנשמה וטוב הגוף, פון דעם איז פארשטענדליך אויך, אז עס האט ניט קיין ארט צו זאגען, אז וויבאלד יענעמס באציהונג צו מיר איז ניט ווי געהעריג, דעריבער דארף איך זיך גורם זיין דאס וואס איז היפך טובתי, און וויבאלד אז דאס איז זיך נוגע באמת, איז מען זיך משתדל בדרכי נועם ובדרכי שלום אז אלע זאכען זאלען איינגעארדענט ווערען אין דעם בעסטען מעגליכען אופן, און אויב עס דאכט זיך אז פב"פ איז ניט צופרידען פון דעם, וועל איך זעהען צו זיין מיט עם אין גוטע באציהונגען ביז סוף כל סוף וועט דאס מצליח זיין, וכמה שכתוב כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם.

ובהנוגע לפועל, אויך אין דיין פאל, איז נוסף לזה וואס אין דיין עלטער איז ניט דער עיקר דער חבר, נאר דיין התמדה ושקידה, און דענסטמאל וועסט דו ניט דארפען זוכען קיין חבר, נאר די חברים וועלען נאכגיין נאך דיר צו זיין מיט דיר בחברותא, און אויב אפילו עס דארף נעמען צייט ביז דו וועסט צוקומען צו דעם מצב און עס איז ניט באקוועם און שווער צו לערנען אן א חבר, מוז מען דאס אבער טאן מיט ענערגיע און זיין בטוח אז דאס איז אויף א קורצע צייט לפי ערך.

דאס איז אלץ גערעט אויב דאס וואס דו שרייבסט איז דאס ריכטיג אויף גאנצע הונדערט פראצענט, אבער עס איז דאך אדם קרוב אצל עצמו, דארפמען אננעמען אז עס קען זיין אנדערש, וכמ"ש על כל פשעים תכסה אהבה (אהבת עצמו) און דעריבער האסט נאך אמאל געדארפט אריינטראכטען אין די ענינים וועלכע זיינען תלוי אן דיר, און עס קען זיין אז אויב אין זיי וועט זיין א ענדערונג צום בעסערס וועט בדרך ממילא פאריכט ווערען דער ענין וועגען וועלכען דו שרייבסט לפחות אין א באדייטענדער מאס.

געוויס היטסט דו אפ די דריי שיעורים השוים לכל נפש מתקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחומש תהלים ותניא הידועים, און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה צו געבען אויך א פאר סענט אויף צדקה, והשי"ת יצליחך.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר