ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תפא

ב"ה, כ"ה סיון, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד אשר בצרפת

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

נאך א לאנגען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ט"ו סיון, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער ארבעט בכלל און בפרט וועגען דער איינארדונג פון חגיגת ל"ג בעומר, און השי"ת זאל העלפען אז איר זאלט פארגרעסערען אייער ארבעט סיי אין קוואנטיטעט און סיי אין קוואליטעט, און בפרט אין די אנקומענדע זומער צייט, וואס די קינדער זיינען פריי פון אנדערע לימודים, און די גוטע השפעה וואס זיי קענען באקומען, וועט ניט ווערען געשטערט פון פרעמדע זאכען, און אויך דורך א גוטע פאסענדע צוגרייטונג אויסניצען דאס וואס אויף דאטשע טרעפט מען זיך מיט מענשען פון מערערע ערטער, און אז מען ווירקט איין אויף זיי אין די עטליכע וואכען וואס מען איז צוזאמען מיט זיי אויף דאטשע, קומט אן די גוטע ווירקונג אין זייערע שטענדיגע וואהנונגס ערטער, די פארשפרייטונג פון אידישקייט, וועלכעס איז דער ציעל פון אגודת נשי ובנות חב"ד - אין מערער שטעטע גלייכצייטיג, און איך האף אז איר וועט זיך צוזאמענריידין אין דאס אויבען געזאגטע און צוטרעטען צו דער ארבעט אויף א פאסענדען אופן.

און זיכער וועט השם יתברך בענטשן די אלע באטייליגטע אין דער ארבעט פון אגודת נשי ובנות חב"ד בכלל און אין דער אויבען געזאגטער בפרט, מיט א גוטען זומער, שטארקונג אין געזונט און הצלחה אין דער ארבעט ספעציעל.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור.