ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תפה

ב"ה, כ"ח סיון, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו הערען אז איר וועט זעהן משתדל זיין זיך און באטייליגען זיך אין דער איינארדענונג און באיי זיין די התועדות שבת ראש חדש תמוז פרשת קרח הבע"ל אין דער ביהכ"נ אנשי ליובאוויטש, און זיכער וועט איר איבערגעבען גרוס אויך צו אלע איינטיילנעמער אין דער התועדות, וואס זיכער וועט גערעט ווערען דברי תורה והתעוררות בתורה ומצותי', און עס זאל זיין בסייעתא דשמיא בהצלחה מופלגה, לויטן באוואוסטען ווארט וואס מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בשם רבנו הזקן, דאס וואס א חסידישע התועדות קען אויפטאן קען מלאך מיכאל ניט אויפטאן. און בפרט זאל זיך דאס אויסדריקען אין פעולות אין דער מאקסימאלסטער מאס אויף צו פארשטארקען און פארגרעסערען דעם בית הכנסת אנשי ליובאוויטש אין אלע ענינים וואס זיינען פארבונדען מיט דעם.

ומענינא דיומא פון דער סדרה וואס מען לייענט דעם שבת, וואס די סדרה איז מוקדש פאר כהנים, דער אנהויב און אויך דעם סיום וחתימה,

וואס אין ברייטערן זין ווערען דאך אלע אידען אנגערופן מיטן נאמען כהנים,

דאס איז דאך געווען דער טיטול זייערער אלס א הכנה צו מתן תורה, וכמו שכתוב ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש,

וואס דורך וואס ווערט דאס, ווערט דאס ערקלערט אין רמב"ם (סוף הלכות שמיטה ויובל) אשר נדבה רוחו אותו והבינו מדעו להבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעובדו לדיעה את ה' כו' הרי זה נתקדש קדש קדשים כו' ויזכה לו בעולם הזה דבר המספיק לו כמו שזכה לכהנים וללוים.

- אין אנדערע ווערטער, דורך דעם וואס אידען אנערקענען דעם תכלית בריאת האדם, וואס איז לויטן אויסשפראך פון דער משנה, אני נבראתי לשמש את קוני, אז אלע זאכען זאלען זיין עבודת השם, בכל דרכיך דעהו, דורך דעם זיינען זיי כהנים,

און בא מתנות כהונה איז דאך א כלל - ווי געזאגט אין סיום פון דער סדרה - אז עס דארף זיין מן המובחר - פון דאס בעסטע - און דאס איז אייביג, ווי עס שטייט תרומת ה' מכל חלבו, ופירש באבן עזרא, החשוב שבו און דאס איז ברית מלח עולם,

א הבטחה פון הקב"ה אויף אייביג, אז ווען אידען פירען זיך אויף לויטן אופן ווי געזאגט פריער, גיט זיי השם יתברך, כל חלבו - דאס בעסטע - און אין יעדער ארט און אין יעדער צייט, וואס דאס איז, דער ברית עולם מלח.

און אזוי ווי כהנים איז דאך דער עיקר ארט לשרתו ולעובדו איז דאך געווען אין בית המקדש, אזוי אויך אין אונזער צייט, זיינען דאס די בתי כנסיות ובתי מדרשות, וועלכע זיינען דער מקדש מעט, און פון דאנען נעמט מען די הייליקייט און ליכטיקייט יעדערער צו זיך אהיים, אויף צו הייליקען און ליכטיק מאכען די ענינים של חול.

און השם יתברך זאל מצליח זיין אז אט די הנהגה זאל זיין א הכנה קרובה צואיילען די עבודה אין דעם בית המקדש השלישי וועלכער איז אויך א אייביקער, ווען עס וועט מקויים ווערען, והשב העבודה לדביר ביתך.

בברכת שבתא טבא און א פרייליכען חדש צו אלע מתועדים והרב וו"ח אי"א נו"נ רב פעלים בעל מדות מו"ה שלמה זלמן שליט"א בראשם.

ד'תפה

מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ז ב'מו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ד'תרדע.

באוואוסטען ווארט: ראה גם לעיל אגרת ד'תלג, ובהנסמן בהערות שם.

ומענינא דיומא: מכאן ואילך - גם למוהרד"מ שולמן.

מו"ה שלמה זלמן: העכט.