ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקטו

ב"ה, ח' תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

פון צייט צו צייט פרעג איך זיך נאך און באקום גרוסען פון אייך - דורך אייערע קינדער שיחיו, און עס וואונדערט מיך וואס עס טרעפט אז זיי גיבען מיר איבער, אז אייער שטימונג איז ניט ווי עס באדארף זיין,

בכלל איז יעדערער פון אונז, ווען ער וועט זיך אריינקוקען און אריינטראכטען זיך אין זיין לעבען, און אפילו נאר פון די לעצטע יארען, וועט ער זעהען די חסדים פון השם יתברך אפילו אין אזעלכע זאכען אויף וועלכע ער האט ניט ערווארטעט. און נאך מער פון א צווייטען וואס קען אנווייזען אויף דעם - ווייס יעדערער בא זיך אליין. און דאס דארף בריינגען דעם מענשן צו אנערקענען די ברכה פון השם יתברך וואס ער האט באקומען, און אפשר מערערע מאל, אפילו ניט געהארעוועטערהייט אויף דעם.

און פון דעם מוז מען קומען צו א אויספיר, אז אויב עס זיינען פראן זאכען וועלכע זיינען ניט ווי מען וויל, איז ערשטענס - זייער אפט, ווייס דער מענש ניט וואס איז בעסער פאר עם, און אויב וואס ער וויל, וועט עם גוטס טאן אדער אומגעקערט. און אפילו ווען ער נעמט אן אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט און עס איז גוט פאר עם, ווייס מען דאך אבער ניט די טעמים פארוואס, פארלויפיג, גיט מען עם דאס ניט.

אט אזוי ווי אין מסחר, אז א גוטער ערפארענער סוחר, פארקויפט ניט קיין ווארע אין א ניט-פאסענדער צייט, אפילו ווען עס איז דא פראפיט - אויב ער רעכנט אז אין א צייט ארום וועלען די פראפיטען זיין פיל גרעסערע. און אזוי אויך מיט דאס גוטעס פון הקב"ה, אויב דאס האלט זיך אפ, איז דאס מן הסתם, וואס אין א צייט ארום, וועט דאס גוטע זיין אין א גרעסערען אופן, און פארנעם.

און בפרט אין אייער שטאנד, אז השם יתברך גיט אייך אמת'ן נחת פון קינדער, וועלכעס מען טרעפט ניט אזוי אפט בא אמעריקאנער, און אז צוזאמען מיט אייער פרוי תחי' קענט איר ערווארטען נאך מער נחת. - איז דאס ארומגיין ניט קיין צופרידענער (וואס דאס קען אויסגעטייטשט ווערען ווי א ניט-צופרידענהייט ח"ו ווי השם יתברך פירט אייערע ענינים), איז דאס העכסטע ניט-פארשטענדליך, און אין [א] געוויסער מאס - אונדאנקבארקייט צו השם יתברך.

זעלבסט-פארשטענדליך אז דאס שרייבען פון מיין בריף צו אייך איז ניט צו זאגען אייך מוסר, נאר צו איבערצייגען אייך, אז אפילו לויט אייער חשבון, איז דאס גוטע וואס איר האט, איז ניט בערך גרעסער וויכטיגער - איידער די זאכען וואס איר דיינקט אז, פארלויפיג, זיינען זיי ניט ווי געהעריג. - און א סוחר ווען ער מאכט א חשבון, רעכענט ער ניט יעדער אייטעם סעפעראט, נאר מאכט א גאנצען באלאנס פון דעם אינווענטאר.

איך וויל האפען אז די ווייניגע שורות, וועט אייך באוועגען צו דורכגיין נאך אמאל אייערע "חשבונות" וואס איר מאכט, און דענסטמאל בין איך זיכער וועט איר קומען צו א פריילעכערען סך-הכל. און השי"ת זאל מזכה זיין אייך און אייער פרוי, אז לאריכות ימים ושנים טובות זאלט איר טאן אין ענינים פון צדקה און מצות בכלל, און מיט פיל אמת'ן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער.

בברכה.

ד'תקטו

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 525.