ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקכד

ב"ה, י' תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

בתמהון קבלתי מכתבו מעש"ק, וואס נאכן באשרייבען דברי ימי חייו קומסטו צום אויספיר בפשיטות אז דער איינציגער אויסוועג וואס דו האסט צו איינארדנען זיך אין לעבען, איז דאס נאר דורך לערנען זיך... ענגליש און דערנאך... כימיע וכו' און דענסטמאל קענסט דו האבען בטחון גמור בהקב"ה להסתדרות וכו'. און פון דעם קען מען זען ווי דער יצר הרע קען אריין נארין א מענשן - וויסענדיק אז אין דעם גאנצען קרייז, איז ניטא אפילו איינער וועלכער זאל האבן געגאנגען אויף דער וועג. פון וואס קענסט זיך דאס פארשטעלן און דאס נאך בהחלטה גמורה - אז אלע איבעריקע וועגען זיינען ניט פאר דיר, און אט דער נייער וועג פארזיכערט דיר א הסתדרות טובה? און ביזט נאך מוסיף, גם ברוחניות! - אמת דו שרייבסט אויך, אז אויב עס וועט זיין... א ספעציעלער נס, קענסט דו זיך אויך איינארדנען אויף אן אנדער אופן. - זעלבסט פארשטענדליך, אז עס איז קיין ראי' ניט צו דיינע רייד פון דעם וואס דו שרייבסט וועגן התמים... שי' וואס ער איז געקומען גאר פון א אנדער קרייז. ניט קוקענדיק אויף דעם וואס ער לערנט עטליכע שעה לימודי חול, הלואי וואלסט דו געווען פארקאכט אין דעם - ניט מער פון עם. און הלוואי וואלסט דו געווען פארקאכט אין לימוד החסידות - ניט ווייניקער פון עם, און גיין אלץ מער צו רעכטס - אזוי ווי ער גייט פון יאר צו יאר - אלץ מער צו רעכטס.

ובהנוגע לפועל. אויף דיר ווי אויף אלע אידן, שטייט געשריבען, לא יגעת ומצאת אל תאמין. און אויף דיר ווי אויף אלע אידען שטייט געשריבען, אין אדם יודע במה משתכר, וכמבואר באגרת הקדש סי' כ"ב, און די אלע חשבונות קומען ארויס דערנאך קאפויר. און בפרט - אז דו ווילסט גיין אויף א וועג וואס קיינער פון דעם קרייז האט זי ניט דורכגעטראטן, און דו ביזט גארנישט משער אפילו די נסיונות וואס זיינען פארבונדען מיט דעם, און גרויסע שוועריקייטן בנוגע צו הסתדרות גשמית אין דעם וועג פאר בחורים אזעלכע ווי דו כיו"ב. און דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט ניט קיין געשמאק אין דעם ענין און אין א צווייטען ענין וכו' - איז דאס ע"ד ווי דער וואס זאגט אז ער האט הנאה פון תעניתים און איז ממאס במאכלים מעדנים, וואס רצון בעקשנות היפך השכל קען אויך דערצו בריינגען מיט דער צייט.

איך ווייס ניט ווער האט דאס דיר אריינגעגעבען דעם רעיון התמוה און מצער, און וואס דו זעהסט ניט וואס דא האנדעלט זיך. ואם לדעתי ועצתי ישמע, האסט דו געדארפט אפלאזען אלע מחשבות וועגען תכלית, און זעצען זיך לערנען בהתמדה ושקידה און נאר דורכאויס לימודי קדש נגלה וחסידות, לכל הפחות אויף נאך דריי פיר יאר. און איך בין זיכער - אויב דו וועסט אזוי טאן, וועסט דו האבען א הסתדרות בחיים פרנסה בגשמיות ופרנסה ברוחניות. און זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף זיך ניט אפנארען און איינריידען זיך אז אלע ארום ווילען דיר נאר איינג מאכען און טראכטען ניט פאר דיין טובה וכו'.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ד'תקכד

נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 488.