ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תקסד

ב"ה, כ"ה תמוז, תשט"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה מרדכי שי'

שלום וברכה!

... אין דעם וואס איר שרייבט אז אייער באטייליגונג אין דער פארשטארקונג און אויסברייטערונג פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק איז א באגרעניצטע דורך די אנדערע ארבעט וועלכע איר דערמנט אין אייער בריף.

איז דאס באוואוסט די אנווייזונג פון תורתנו הק' תורת חיים, אז ותלמוד תורה כנגד כולם, אז די ארבעט פון פארשטארקען תורה, תורת משה, איז כנגד די אלע ענינים וועלכע זיינען אויסגערעכענט פאר דעם, און בפרט ווען עס האנדעלט זיך וועגען אזא מוסד וואס ליידער בדורנו דור יתום, איז ניט אלע באגרייפען די נויטיגקייט פון אזא חינוך וואס דער מוסד גיט, און דעריבער, איז די אחריות און גלייכצייטיג דער זכות פון די אלע וואס השי"ת האט זיי געגעבען א לב נבון צו פארשטיין דאס, פילפאכיג גרעסער און צוזאמען מיט דעם אויך פילפאכיג גרעסער די ברכות פון השי"ת וואס מען געפינט אין דעם שטח פון דער ארבעט, און דאס פארגרעסערט אויך די ברכות בורא עולם ומנהיגו אין די ענינים הפרטים בכלל און אין אידישען נחת פון קינדער בפרט, און איך האף אז עס איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם לדכוותי' און דאנק אייך פאראויס פאר מודיע זיין מיר גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע.

וויבאלד איר דערמאנט ניט וועגען אייער געזונט זעלבסט, נעם איך אן אז עס איז בסדר ובשלום.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

ד'תקסד

מו"ה מרדכי: ריטש, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"י ג'יב. חי"א ג'תיח.