ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תר

ב"ה, ה' מנ"א, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף, אין וועלכען דו שרייבסט אז ליידער האסט דו ניט געקענט קומען באטייליגען זיך אין דער התועדות פון ימי הסגולה י"ב וי"ג תמוז.

יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, ווי עס [איז] באוואוסט פון תורת הבעל שם טוב און תורת החסידות בכלל, און דארטען ווערט אויך ערקלערט בארוכה, ווי פון יעדער זאך קען מען ארויסלערנען און ניצען דאס צו עבודת השם, און אויך אין דעם פאל איז אזוי, אז בכלל דאס וואס א צווייטער קען שטערן א אידען צו נעמען איינטייל אין א התועדות אזא, אפילו ווען דער צווייטער זאגט, אז דאס וויל ער שטערן, איז על פי רוב נעמט זיך דאס פון דעם וואס דער וועלען איינטייל נעמען איז ניט גענוג שטארק אדער ניט בטהרתו, ד.ה. אז אין דעם וועלען איז אריינגעמישט אויך זייטיגע זאכען, און דאס גיט א ארט אז א צווייטער זאל ניט נאר וועלען ניט לאזען דעם איינטייל נעמען און אויך אויספירען. דאס איז אין דער ערשטער נקודה.

און בהנוגע צום צווייטען ענין - איז דאס על דרך ווי עס ווערט ערקלערט אין מערערע ערטער אין חסידות, אז דער הסתר אויף א רצון דקדושה דארף ארויסרופען א שטארקערען צמאון צו וועלען דעם ענין דקדושה, ביז דער צמאון ווערט אזוי שטארק, אז עס ווירקט אויף די אנדערע וועלכע ביז היינט האבען געשטערט צו דעם, אז אויך זיי זאלען אנערקענען די וויכטיקייט און הייליקייט פון דער זאך, אזוי אויך אין דעם ענין, דער ניט קענען משתתף זיין זיך אין דער התועדות, וואס דער תכלית אירער איז צו פארטיפען זיך מער אין אהבת התורה אהבת השם ואהבת ישראל, דארף פארגרעסערען די התמדה ושקידה אין תורה און בהידור לקיום המצות, און דער הסתר איז תכליתו ארויסרופען אט די תשוקה צו אנהויבען גלייך אין די אלע ענינים ווי געזאגט, וואס דענסטמאל וועט סוף כל סוף זיך בייטען די באציהונג פון די צדדים וועלכע שטערן צו דעם געזאגטען ווילען, און די הכנה צו דעם איז כפשוטו לערנען מער און מקיים זיין מצות מער בהידור והשם יתברך יצליחו.

אין דעם שרייבען דיינעם וועגען דער מעגליכקייט צו לערנען אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין ניוארק, האסט דו געדארפט בעטען פון דער הנהלת תומכי תמימים אין מאנטרעאל אז זיי זאלען זיך פארשטענדיגען מיט דער הנהלת הישיבה דא, צו אויסגעפינען אויב דאס איז א פאסענדע הצעה.

געוויס היטס דו אפ צו זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען דעם שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ד'תר

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 234.