ספריית חב"ד ליובאוויטש

ד'תרצז

ב"ה, ז' אלול, תשט"ז

ברוקלין.

מרת מערי תחי'

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /2;8amp&, און זיכער האט איר שוין באקומען מיין ענטפער אויף אייער פריערדיקען בריף, און טיילווייז איז דארט אויך א ענטפער אויף דער פראגע וועלכע איר בארירט אין דעם בריף אייערען.

דעם אופן ווי אזוי דרוקען דאס, לויט מיין מיינונג איז דער הויפט וויכטיג, אז דאס זאל אפגעדרוקט ווערען און ניט בלייבען אין מאנוסקריפט, און דעריבער - אויב עס איז דא האפענונג אז מען זאל קענען אפדרוקען דעם גאנצען ספר אין א נייער אויפלאגע מיט די אלע ענדערונגען און ראנד באמערקונגען, איז געוויס גוט, אבער אויב צוליב די אויסגאבען פארבונדען מיט דעם אדער אנדערע סיבות, איז ניט מעגליך אדער עס וועט נעמען א אומבאשטימטע צייט, איז כדאי צו טראכטען ניט וועגען איבערדרוקען אין גאנצען, נאר דאס נייע צוגעקומענע, און פאררופען זיך - אין דעם באשטימטען ארט - אויף דעם און דעם בלאט פון דער פריערדיקער אויסגאבע פון ספר הרקמה, וואס דאס וועט פאדערען פיל ווייניגער הוצאות און עס איז פיל גרינגער צו פארווירקליכען.

ווארום זא ווי זא איז דער ספר הרקמה ניט קיין ספר פאר יעדערען, און איז נאר פאר ספעציאליסטען, און דעריבער איז נאר א קליינער חשש (פארדאכט) אז צוליב דער קליינער באמיהונג צו דארפען אריינקוקען אין א סעפעראטען ספר וועט דאס אפשרעקין דאס באנוצען זיך...

מיט א וואונש אז איר זאלט קענען רעאליזירן אייער וואונש אן שוועריקייטען און אויפן בעסטען אופן ולכתיבה וחתימה טובה.

ד'תרצז

מרת מערי: ווילנסקי, סינסינטי. אגרות נוספות אליה - לעיל ד'שדמ, ובהנסמן בהערות שם.