ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'ריד

ב"ה, ב' אייר, תשי"ח

ברוקלין

הרבנית מרת חי' שרה תחי'

ברכה ושלום!

עס וואונדערט מיר וואס שוין א ליינגערע צייט איז פון אייך ניט געווען קיינע בריף און ידיעות וועגען אייער טעטיקייט בכלל און בפרט בהנוגע צו נשי ובנות חב"ד פון שיקאגא, ה' עליהן תחיינה, חאטש איך נעם אן אז אלעס גייט אן בסדר, און אין אזעלכעס סדר על פי תורה, מיינט, ניט צו שטיין אויפן זעלבען שטאנד שטענדיג, נאר האלטען אין וואקסען, ווי דער אנזאג פון תורתנו הק' מעלין בקדש.

זעלבסט פארשטענדליך האב איך געפרעגט בא אייער מאן הרב שליט"א וועגען דעם, אבער ווייס נאר אלגעמיינע ידיעות אין דעם, אז עס קומען פאר די אסיפות לויט דעם איינגעשטעלטען סדר וכו', וויל איך האפען אז בא דער נעקסטער געלעגענהייט וועט איר מיר שרייבין מער פרטים אין דעם, און השי"ת זאל העלפען מען זאל קענען נאר אנזאגען גוטע בשורות, און ווי געזאגט אז די אגודת נשי ובנות חב"ד, אין שיקאגא טוט איר ארבעט אין א אלץ גרעסערער מאס, און זעלבסט פארשטענדליך אויך גוטע בשורות אין אייערע ענינים הפרטים.

און אזוי ווי זומער, איז מן הסתם פראן געוויסע ענדערונגען בא יעדער אין איר פריוואטער איינשטעלונג, וועלכעס האט א ווירקונג אומדירעקט אויך אויף דער ארבעט איינשטעלונג פון נשי ובנות חב"ד (מיינט דאך דאס אבער ניט אז זומער דארף זיין א שטיל צושטאנד אין דער ארבעט), מען דארף נאר איינשטעלען די ארבעט צוגעפאסט צו די זומער אומשטענדען, און ניט צו פארקלענערן די צאל צייטען פון צוזאמענקומען זיך און הלואי זאל נאך צוקומען, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

איך האף אז אין אייער ארבעט אלס מורה בחינוך, האט איר אויך אויסגעניצט די פסח צייט וימי הספירה מיט די פאסיגע רעיונות אויפקלערונגען פאר די תלמידים און וועט אויך טאן אזוי בנוגע צו חג השבועות קבלת התורה, און אויך זיינער צייט אויסארבעטען א פלאן פון אינטערעס פאר די תלמידים אין דער צייט פון וואקיישאן, ווארום ליידער אין מערסטע פאלען בריינגט דער וואקיישאן פאר די תלמידים, ענינים פון פריקת עול, וועלכע מען פארקליידעט דאס אין א מאנטעל פון וואקיישאן.

בברכת הצלחה בעבודה קדושה לחיזוק היהדות ולהפצתה ולבשורות טובות בכל העינינים.

ו'ריד

מרת חי' שרה תחי': העכט, שיקגו. אגרת נוספת אליה - לעיל ח"ז ב'קנו.