ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'שב

ב"ה, ט' סיון, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

ו איר דערמאנט וועגען אייער איינטייל אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, און זיכער וועט איר נאך צוגעבען אין דעם.

און וואס איר שרייבט אז איר האט ניט די נויטיגע כשרונות, זיכער שטימט דאס ניט, ווארום יעדער איד סיי מאן און סיי פרוי קענען טאן אין פארשפרייטונג פון אידישקייט, און בפרט די וועלכע זיינען ערצויגען געווארען צווישען חסידים, און דאס שטיין אין מסירת נפש אין דעם ארט וואו מען איז געווען, וואס דאס גיט א ספעציעל זכות און ברכה, עס זאל ביישטיין אייך און אייער מאן שי' צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.

בברכה לבשו"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר