ספריית חב"ד ליובאוויטש

קעד

ב"ה, חג הגאולה, י"ט כסלו, תש"ה

כבוד הוו"ח אי"א נכבד ונעלה מו"מ באמונה

מהר"י שי' הכהן כ"ץ,

שיקאגא.

שלום וברכה!

כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א גייט עס ת"ל, בעסער, ויתן לו השי"ת רפואה שלמה בקרוב ממש און עס זאל אין עם מקוים ווערן מש"נ (תילים נה, יט) פדה בשלום נפשי גו' כי ברבים היו עמדי.

אייער בריף מיט דער בקשה שיקען א העתקה פון די סוכות-שיחות האב איך צייטיק ערהאלטען. ביז איצט האב איך ניט געקענט אייער בקשה ערפיעלען, ווייל ערשט נעכטען האב איך באקומען די פארענדיקטע קאפיע. איך שיק אייך דערביי מיין עקזעמפליאר (אויף דורכלייענען אדער מעתיק צו זיין, ווי איר ווילט) און בעט ווי מעגליכסט פריער מיר אים אומקערען.

איך פארענדיק מיט א ברכת חג הגאולה און אז במהרה בימינו נזכה לגאולה שלמה וכ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א יוליכנו לקראת משיח צדקנו; לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן

יו"ר ועד הפועל

קעד

מהעתק המזכירות.

כבוד... כ"ץ: אגרות נוספות אליו - לעיל ח"א עז, ובהנסמן בהערות שם. לקמן רי. ריא.

רטו. רמח"ט. רנח. רפ. שה. שעח. שצד.

כ"ק... בעסער: ראה אגרת שלפנ"ז. ובהנסמן בהערות שם.