ספריית חב"ד ליובאוויטש

רסג

ב"ה כ"ב שבט, תש"ז

זעהר געעהרטער הער היטלער-בארסקי

שלום וברכה!

מיט א צייט צוריק האב איך אייך געשריבן. ניט זייענדיק זיכער אז דער בריוו איז אנגעקומען שרייב איך נאכאמאל.

דעם בריוו שרייבט צו אייך מענדל הארענשטיינ'ס א שוואגער, איך קום צו אייך מיט פאלגענדער ביטע: דא איז אנגעקומען א בריוו פון איינער לאה ציבוליארזש איצט יאנא ציבולסקא, זי שרייבט אז אין אפריל צוויי און פערצינסטן יאהר... פון אטוואצקער געטא זיינען די הארענשטיינס אנטלאפן אין וואלד, איז דאס אמת? מיין שוועגערין מרת גורארי, האט מיר דערציילט, אז איר זיינט געווען אין אטוואצק צו יענער צייט, דערפאר רעכן איך, אז איר ווייסט וואס עס האט פאסירט מיט זיי דעמאלט.

איך האף אז איר וועט מיר באלדיגסט ענטפערן און איך שיק אייך מיין הערצליכסטן דאנק אין פאראויס.

מנחם שניאורסאהן

דעם שווער שליט"א האבן מיר ניט דערציילט דערווייל וועגן דעם אלעס.

רסג

מהעתק המזכירות.

מענדל הארנשטיינ'ס.. געטא: ראה סה"מ תשי"א ע' 106 "כ"ה חשון תש"ג.. להובילם לכבשונות". לקמן אגרות שעט. שפב.