ספריית חב"ד ליובאוויטש

רעא

ב"ה כ"ג תמוז תש"ז

ז.ג. מר אלכסנדר שי' כהן

שלום וברכה!

עס האט מיך געפרייט צו זעען זיך מיט אייך לעצטנס און צו האבן א געלעגענהייט דורכצוריידן זיך מיט אייך בכלל, און בפרט וואס אנבאלאנגט דעם מצב פון מרכז לעניני חנוך.

וויסנדיק אייער טיפע פאראינטערעסירונג אין דער ארבעט פון מרכז לעניני חנוך, בין איך זיכער אז ניט ווארטענדיק אויף דעם צוריקקער פון אונזער גוטן פריינד מר סטולמאן שי' וועט איר זען טאן אלץ אויף ארויסצוהעלפן דעם מל"ח פון דער יעצטיקער קריטישער לאגע וועלכע דרויט צו פאראליזירען חלילה די לעבנס-וויכטיקע ארבעט.

דער אלטער רבי, בעל התניא, זאגט אין אגרת הקדש (סימן ט"ז), אז כאטש צדקה האט טאקע א שיעור לויט'ן דין פון שלחן-ערוך, איז דאס אבער רעכט אז מ'פירט זיך אין אלע הינזיכטען שטרענג לויט די דינים פון שלחן-ערוך; אבער אזוי ווי מיר אידן בעטן דאך בא ג-ט אז ער זאל זיך פירן מיט אונז בחסד וברחמים, דארפן מיר אויך אין צדקה פירן זיך אזוי, און ניט האלטן זיך שטרענג בא דעם "לעגאלן שיעור".

איך שעץ אייער הילף און איבערגעבנהייט צום מרכז לעניני חנוך מיט טיפער דאנקבארקייט, און אודאי טוט איר וואס איר קענט. אבער אין דער יעצטיקער קריטישער לאגע פון מרכז לעניני חנוך האף איך אז איר וועט טאן פיל מער פון "שיעור" און וועט מאכן א ספעציעלע אנשטרענגונג צו שאפן א צייטיקע הילף - א רעטונגס הילף - פאר'ן מרכז לעניני חנוך.

מיט גרוס און אכטונג,

הרב מענדל שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

רעא

מהעתק המזכירות.

אלכסנדר שי' כהן: אגרות נוספות אליו - לעיל קפט, ובהנסמן בהערות שם. יושב ראש ועד הפועל: מל"ח.