ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפ

ב"ה, י"ב מנחם אב תש"ז

כבוד הוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה מוהר"י

שי' הכהן

שלום וברכה!

זיכער ווייסט איר אז איך בין געווען אייניגע מאנאט אין יוראפ און איצט בין איך געקומען מיט מיין מוטער שליט"א, צוריק.

קומענדיק האב איך געטראפן בא זיך אויפן טיש די רשימת שיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א פון תשרי תש"ז ווארשיינליך אפגעגעבן פון אייך - דאנקע בעסטענס.

אייגענטליך וואלט איך געוואלט דערמיט פארענדיקן מיין בריף - אבער דער מצב פון מרכז לעניני חנוך בריינגט מיר צו שרייבן אויך דאס פאלגענדע:

דער פינאנציעלער צושטאנד פון מרכז לעניני חנוך איז זייער אנאנגעשטריינ[ג]טער, דערצו קומען נאך צו די אויסגאבן פארבונדן מיט אונזער וואקסענדער ארבעט אין יוראפ (חנוך און הדפסה) חאטש מען איז זייער אויסגערעכנט אין הוצאות. דאס נייט דעם מרכז ווענדן זיך צו אלע זייערע פריינד, בעטן זיי תיכף באצאלן אלע זייערע נדרים און נדבות פון עבר, און צו באשטייערן פון דאס ניי אויף להבא, וויפעל זיי קענען און נאך מער פון זייער יכולת.

רעכענענדיק אייך פון די נעהענסטע פריינד פון מרכז לעניני חנוך גייט צו אייך די ווענדונג, און איך בין זיכער אז זי וועט געפינען ביי אייך דעם ריכטיקן אפ[ק]לאנג אף אליין טאהן תיכף כנ"ל און אויך זעהען אז אלע אויף וועמען נאר איר קענט האבן א ווירקונג זאלן אויך תיכף אזוי טאן.

איך ווייס אז איר האט פארשידענע טענות אויף דאס דערווייל אפלייגן, וויל איך פארענדיקן מיט א מאמר רז"ל פארבונדען מיט די טעג פון וועלכע מען איז שוין אוועקגעגאנגן:

חז"ל זאגען (בבא מציעא דף ל. עמוד ב) לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה. און אז מען טוט לפני[ם] משורת הדין (דאס הייסט כאטש זיך ווייזט זיך אויס אז על פי דין איז ער דערווייל פטור פון דעם) איז דאס מקרב די גאולה און בנין ירושלים.

אין דער האפענונג הערן פון אייך גוטע נייעס,

ובברכת לאלתר לתשובה, לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן

אין א באזונדער פאקעט ארויסגעשיקט די נייעסטע אויסגאבע פון אוצר החסידים: ספר התולדות.

רפ

מהעתק המזכירות.

מוהר"י שי' הכהן: כ"ץ אגרות נוספות אליו - לעיל קעד, ובהנסמן בהערות שם.