ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפא

ב"ה, יג מנחם אב תש"ז

כבוד האחים הוו"ח אי"א וכו' מר יצחק,

מאיר משה,

יעקב יוסף שיחיו

שלום וברכה!

איך בין אייניגע חדשים געווען אין יוראפ, און דאס איז די סיבה פון דעם, וואס מיין שרייבן האט זיך אפגעהאלטן ביז יעצט. דען נאך מיט א צייט צוריק איז ארויס פון דרוק דער ספר השיחות פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר שליט"א, דער ספר וואס איר האט גענומען אויף זיך די קאסטן פון זיין אפדרוקן, לעילוי הנשמה פון אייער ברודער ר' שלמה ע"ה.

וועגן דעם זכות וואס איר האט געהאט דורך דעם געבן די מעגליכקייט צום ארויסלאזן דעם ספר השיחות און וועגן דעם גרויסן עילוי פון נשמת הנפטר רעכן איך, אז איך דארף ניט מאריך זיין.

איך וויל אבער דא באמערקן איין מעלה וואס דאס האט אין פארגלייך מיט א סך אנדערע מצות.

אונזערע חכמים זאגן אז דער שכר פאר דאס רוב מצות איז ניט אויף דער וועלט. די ערקלערונג אויף דערויף איז, אויף גרונד פון דעם וואס דער אלטער רבי שרייבט (אגרת הקדש סימן ג), אז דער שכר איז צו גרויס, אז דער עולם הזה זאל קענען פארנעמען.

דאס איז בנוגע דעם רוב מצות. פאראן אבער מצות וואס באשטיין אין טאן גוטעס מיט אנדערע מענשען דא אין עולם הזה. דאס הייסט - אז די מצות האבן ביידע מעלות: טוב לשמים און טוב לבריות, און דאן איז, נוסף אויף דעם שכר פון דעם ערשטן סוג מצות, באקומט מען אויך, מדה כנגד מדה, שכר אויך אין עולם הזה.

איר, דורך ערמעגליכן אפדרוקן דעם ספר השיחות, האט געמאכט צוגענגליך פאר טויזנטער מענשען א ספר וואס ענטהאלט אין זיך תורה און מדות טובות, און וואס וועט, אויף א באשטימטע צאל פון זיי, ווירקן אין געפינען דעם ריכטיקן וועג און ענטפער אויף זייערע פראבלעמען אין עולם הזה.

און דערפאר איז דאס אן ענין וואס בריינגט מיט זיך מיט, נוסף אויף דעם קרן לעולם הבא, אויך פירותיהם בעולם הזה אין רוב טוב גשמי ורוחני.

בברכת לאלתר לתשובה, לאלתר לגאולה,

הרב מנחם שניאורסאהן

פארשטייען דאס ערקלערטע אין בריף אין א משל: א גרויסער קעניג וואס האט געוועלטיקט אויף דער גאנצער וועלט, איז אמאל ארויס פון זיין פאלאץ, אנגעטראפן א קינד מיט דעם נאמען ישראל און זאגט עם: איך בעט דיר, אז דו זאלסט געפינען די פאסענדע דאיימאנדן פאר מיין קרוין, כדי צו מיין יובל קאראניישאן זאל די קרוין זיין אמת פרעכטיק און שיין. ישראל האט אזוי געטאן, געווארפן זיינע שפילערייען, געפונען און געבראכט די איידעלשטיינער. עקספערטן האבן זיי אפגעשלייפט און אריינגעזעצט אין דער קרוין, און צו דער קאראניישאן האט דער מלך געטראגן די קרוין, און אלע האבן זיך געוואונדערט אויף איר שיינקייט.

די באלוינונג פון דעם קינד איז געפסקנט געווארן - אז ווען ער וועט אויסוואקסן וועט דער מלך עם מאכן פאר דעם העכסטן שר, איבער אלע שרים.

אויף מארגן האט ישראל ניט געפונען זיין עסען אין דער געווענליכער צייט, האט ער אנגעהייבן צו וויינען: איך האב צוגעשטעלט די אבנים טובות פאר דעם מלך, און ער באווארענט ניט אז היינט זאל מיין עסן ניט פארשפעטיקן. אז ער איז אבער אויסגעוואקסן - האט ער פארשטאנען אז די אמת'ע באלוינונג איז דאס וואס מען האט עם געמאכט פאר א משנה למלך. דער נמשל איז קלאר.

בהמשך צו דעם אויבערדערמאנטן - א משל אויפן 2טען סוג מצוות: דער מלך האט געבעטן ישראל'ן ער זאל עם טאן א פערזענליכע טובה, און געבען עסען זיינע - דעם מלך'ס - קינדער. האט ישראל געווארפן אלע אינטערעסן און געטאן דעם מלך'ס בקשה.

דערפאר דער שכר, נוסף אויף דעם שכר פאר טאן א בקשה פון א מלך מלכי המלכים, איז אויך אז ישראל זאל ניט שטייען בא דער זייט א הונגעריגער ווען אנדערע באקומען זייער עסען דורך זיין - ישראל'ס - השתדלות, נאר ער זיצט אויך ביים טיש.

דער נמשל איז ווידער אמאל קלאר.

רפא

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 444 והושלמ ע"פ צילום האגרת.

כבוד.. שיחיו: דלפון.

אפדרוקן לעילוי הנשמה: כדלעיל אגרת רח, ובהנסמן בהערות שם.