ספריית חב"ד ליובאוויטש

שלב

ב"ה ז' אדר א', תש"ח

כבוד הנדיב הנכבד הוו"ח אי"א חובב תורה

ורודף צדקה,

העסקן הנעלה, כמר צבי אליעזר שי' בר'

אברהם עביר

הלוי קרויזהאר

שלום וברכה!

איך נעם די געלעגנהייט אייך הערצליך צו באדאנקען אין נאמען פון "מרכז לעניני חנוך" פאר אייער ווירדיגע אונטערנעמונג און מיטהילף ארויסצוגעבען אין דרוק די סעריע ספרים-ענציקלאפעדיע באוואוסט אונטער'ן נאמען "שדי חמד" פון ר' חיים חזקי' מדיני, ז"ל.

גלייכצייטיק באשטעטיגען מיר די ערהאלטונג פון אייערע חשוב'ע ביי[ש] טייערונג - די ערשטע איינצאלונג אויף דער דאזיגער אונטערנעמונג. אן אפיציעלע קבלה איז דא בייגעלעגט.

דער דאזיגער ספר-ענציקלאפעדיע, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט אייך אויסגעקליבען צו מזכה זיין מיט דעם אייביקן זכות המזכה את הרבים, איז א העכסט וויכטיגע ענציקלאפעדיע וועלכע ענטהאלט די פסקי דינים פאר דער אויפפירונג פון א אידן, א יחיד און א רבים, לויט די אחרונים און אחרוני אחרונים.

נאך פאר דער לעצטער מלחמה איז שוין דער ספר אויסגעגאנגען, און מ'האט אים אפגעדרוקט אין פוילען אין תרצ"ט-ת"ש. אבער צוזאמען מיט די מיליאנען קרבנות קדושים וועלכע זיינען אומגעקומען דורך די רוצחים י"ש, איז אויך דער ספר פארניכטעט געווארען, אזוי אז די נויטווענדיגקייט ווידער אויפצולעבען און אפדרוקען דעם דאזיגען יקר המציאות איז זייער א גרויסע.

גראדע יעצט לייענען מיר די סדרות וואו עס רעדט זיך וועגען בויען פון משכן, וואס אויף זיין ארט איז שפעטער געקומען דער בית המקדש. די שונאי ישראל האבען אונזער בית המקדש חרוב געמאכט, אבער זיי האבען געהאט די מאכט נאר אויף די עצים ואבנים - אויף די גשמיות'דיקע, מאטעריעלע זאכען; אויף די רוחניות'דיקע הייליגקייטען האבען די שונאים קיין שליטה ניט.

אזוי אויך מיט די מיליאנען אידישע לעבענס וועלכע זיינען אומגעקומען על קידוש השם און די הייליגע ספרים וועלכע זיינען פארניכטעט געווארען. נאר די גופים און דאס פאפיר זיינען פארניכטעט געווארען, אבער די נשמות און דער גייסט פון די ספרים זיינען אייביגע.

אבער א נשמה אן א גוף איז ניט דער תכלית פון דער וועלט, פונקט אזוי ווי א גוף אן א נשמה קען ניט עקזיסטירען. דורך ערציען א נייען דור אין גייסט פון אונזערע קדושים וטהורים, און דורך ווידער אפדרוקען און פארשפרייטען דעם גייסט פון די הייליקע ספרים, פארבינדט מען ווידער די אייביגע רוחניות אין גשמיות'דיגע גופים און לבושים.

דעריבער איז ניט צו משער זיין דעם גרויסען זכות וואס איר האט זיך איינגעשאפן דורך ערמעגליכען אונז אפצודרוקען און צו פארשפרייטען דעם דאזיקען וויכטיגען ספר-ענציקלאפעדיע.

ס'איז אויך ניט צו משער צו זיין דעם זכות פאר די נשמות פון די קדושים, די עלטערען פון אייער ווערטע פרוי מרת סאשע תחי', הקדושים ר' אלעזר בר' נטע ומרת איטא בת מיכל שמסרו נפשם על קידוש השם.

דער זכות פון דער זאך זאל אייך מיט אייער פרוי ביישטיין בגשמיות וברוחניות, אייער נסיעה זאל זיין בהצלחה, און עס זאלען מקוים ווערן די ברכות וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א האט אייך געגעבען.

בברכת כט"ס.

הרב מנחם שניאורסאהן

יושב ראש ועד הפועל

שלב

מהעתק המזכירות.

שדי חמד: נתעכבה הדפסתו עד שלהי תשי"ב. ראה גם לקמן אגרות שמח. שסט.