ספריית חב"ד ליובאוויטש

שעט

ב"ה, ט"ו תמוז, תש"ח

צו דער אידישער קהלה אין ווארשא, פולין

שלום וברכה!

איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין אויב איר וועט מיר שרייבען פאלגענדע אינפארמאציע וועגן מיין שוועגערין און איר משפחה:

א) דעם טאג פון יארצייט, ב) וואו אומגעקומען, ג) אונטער וועלכע אומשטענדען.

מיין שוועגערינס נאמען: שיינא (סאניא) הארענשטיין (געבארען שנייאורסאהן).

איר מאן: מענדל הארענשטיין.

איר מאנ'ס מוטער: מוסיא הארענשטיין.

זייער לעצטער אדרעס אין אטוואצק: Otwock, Cliniecka 4.

אין ערווארטונג פון אייער באלדיגער אנטווארט און מיט דאנק פארויס,

מענדל שניאורסאהן

שעט

מהעתק המזכירות. לתוכנה ראה לקמן אגרת שפב, ובהנסמן בהערות שם.