ספריית חב"ד ליובאוויטש

שפב

ב"ה, כ"ח תמוז, תש"ח

[זע]ער געעהרטע פרוי ס. טאקער תחי'

ברכה ושלום.

אייער בריוו פון 15-טען איז אנגעקומען און מיך וואונדערט פאר וואס איר ענטפערט ניט אויף מיינע פראגעס וועגן דעם טאג פון יארצייט 1) פון סאניע הארענשטיין 2) איר מאנס יארצייט 3) ווי האט איר זיי געהאלפן 4) וואו זיינען זיי געווען און די איבעריקע פראגעס.

דא איז אנגעקומען בריף אז זיי זיינען גאר אלע אנטלאפן צו די פארטיזאנען אין די וועלדער און זיי זיינען געווען אלע צוזאמען ניט באזונדער.

איך האף איר וועט ענטפערן אויף די אלע פראגן.

דעם שפייז פאקעט האט איר שוין זיכער באקומען, פרייטאג האט מען אייך ארויסגעשיקט דורך לופט-פאסט דעם פעניסילין,

אין ערווארטונג פון אייער ענטפער.

פאר הרב שניאורסאהן

הרב א. קווינט סעקרעטאר

שפב

מהעתק המזכירות.

סאניא הארנשטין: מרת שיינא בת כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע שנספתה בשואה. ראה לעיל אגרות רסג. שעט, לקמן שפח.