ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'רלד

ב"ה, ז' חשון, תשכ"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ערב ראש חדש חשון אין וועלכען איר שרייבט וועגען א פארשלאג וואס איר האט געהאט פון איינעם צו חתונה האבן, און ער איז אין עלטער מער פון פערציג.

ווי ס'זעהט אויס פון אייער בריף, איז דאס א צו גרויסער אונטערשייד אין יארען פון אייך, אויך דארפמען אויסגעפינען, וואס איז די סיבה, וואס דער באטרעפענדער האט ביז איצטער ניט געטאן קין שידוך, איידער מ'טוט וואס אין דעם, דארפמען קלאהר וויסען די סיבה, און אויך אריינטראכטען זיך אין דעם אונטערשייד פון די יארען, וועלכעס האט פיל צו זאגען, און אין דער שטאט וואו דער באטרעפענדער געפינט זיך, האט איר זיכער פריינד וועלכע וועלען האפענטליך קענען אייך ארויסהעלפען אין דעם.

צו אייער שרייבען וועגען פרנסה, אז איר פירט א געשעפט, אבער איר זייט ניט אינגאנצען צופרידען פון עם,

בכלל אין אונזער צייט, איז ניט ראטזאם אפלאזען א זאך פון פרנסה וועלכעס גייט אן און האט שוין פראקטיקע, און דער געשעפט איז שוין איינגעפירט, אזוי לאנג ווי מ'האט ניט צו אויסבייטן אויף א סאלידע פעסטע זאך, וועלכעס איז ניט גרינג צו געפינען אין אונזער צייט, וואס פילע באדינגונגען בייטען זיך פון טאג צו טאג און פון וואך צו וואך.

אויך איז דאס בייטען א געשעפט, ניט קיין מעלה צו א שידוך וואס זיכער קוק[ט] מען נאך אדער מ'פרעגט נאך, און עס מאכט א גוטען איינדרוק ווען א געשעפט גייט אן מערערע יארען, איידער מ'לאזט אפ א אלטען געשפעט און מ'פארנעמט זיך מיט א נייע זאך.

און דער עיקר לויט דעם אנפאנג פון אייער בריף, איז העכסט וויכטיג, אז די טאג טעגליכע אויפפירונג זאל זיין אין איינקלאנג מיט די אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און דאס אפהיטען אירע מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם, וועלכעס איז נויטיג אין אלע צייטען און אין יעדער ארט, און בפרט ווען מען געפינט זיך אין א לאגע וואס מען נויטיגט זיך אין א ספעציעלע ברכה והצלחה פון השם יתברך צו ענטשיידען אזא העכסט וויכטיגע פראגע, ווי אייערע איצטער.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, אז יעדער וואכען טאג אין דער פריה זאלט איר געבען עטליכע מטבעות אויף צדקה, - פארשטענדליך אז דאס דארף זיין בלי נדר -

בברכה לבשורות טובות בכל האמור.

ח'רלד

גרויסער אונטערשייד: ראה גם לעיל ח"ז אגרת ב'מב.