ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'רסה

ב"ה, ח"י כסלו, תשכ"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון יום ד' אין וועלכען איר שרייבט וועגען קביעות עתים לתורה, וואס איר האט פאר זיך אליין און אויך לימוד ברבים וכו' און פארענדיקט וועגען די שוועריקייט אין דעם לערנען תניא.

ומובנת הפליאה והתמי', וואס קענענדיק לערנען די שיעורים וואס איר דערמאנט אין אייער בריף, באגעגענט איר די דערמאנטע שוועריקייט אין לערנען תניא, עס קען נאר זיין אז דער סדר הלימוד בקדימה ואיחור, איז ניט אין דעם פאסענדען אופן,

וואס אין דעם פאל, איז דער ריכטיגער אופן, צו לערנען פריער דעם חלק ג' פון תניא, אגרת התשובה, דערנאך דעם צווייטען חלק, שער היחוד והאמונה, און ערשט דערנאך דעם חלק א' פון תניא,

אויך איז גוט בהתחלת הלימוד, צו האבען א קביעות לערנען דעם קונטרס ומעין (לכ"ק אדמו"ר - מוהרש"ב - נ"ע) וואס געוויס געפינט ער זיך בא אנ"ש במחנם הט',

און ס'איז דאך איצטער א עת סגולה צו די ענינים געפינענדיג זיך ערב י"ט כסלו, יום הבשורה וחג הגאולה.

בברכה לבשו"ט בכל האמור ובברכת חג הגאולה.

להעתיקו ביאור בפירש"י ר"פ תולדות: וא"ת יצחק - "יעקב ועשו האמורים בפרשה" וקשה מאי קמ"ל. ומבארים דתולדות יצחק - מוכיחים אשר (כהמשך הפסוק) אברהם הוליד את יצחק, דהרי ממזר לא מוליד.

צע"ג בביאור זה - דלפיו דברי רש"י מיותרים לגמרי.

וע"פ פשט יש לפרשם - דכל פירש"י בר"פ הנ"ל הוא המשך אחד: א"ת יצחק (הרי הכוונה ל)יעקב ועשו האמורים בפרשה (וא"כ יוקשה המשך הכתוב) אברהם הוליד את יצחק (שאין לזה כל שייכות בסיפור ענין יעקב ועשו, והתירוץ) ע"י שכתב כו' וק"ל.

ח'רסה

דערכ ריכטיגער אופן: ראה גם לעיל חכ"א אגרת ח'קע ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת ח'תקיא.

דהרי ממזר: ראה בעה"ט תצא כג, ב.