ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שח

ב"ה, מוצאי שבת מברכין חדש שבט, אור כ"ד טבת, ה'תשכ"ב

יום ההילולא של רבנו הזקן, ברוקלין, נ. י.

צו דער צווייטער יערליכער פארזאמלונג פון דער ליידיס

אוקזילערי פון דער ישיבה תומכי תמימים, אין

מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף דער מיטטיילונג וועגען דער באשטימונג פון דער צווייטער יערליכער פארזאמלונג פון אייער ליידיס אוקזילערי אויף יום ד' חדש שבט הבע"ל.

השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין מיט פיל הצלחה, סיי בכמות - די מער צאל איינטיילנעמער - און סיי באיכות - גרעסערע און מערערע ביישטייערונגען -

און געוויס וועט מען זיך ניט באנוגענען מיט דעם, און מוועט צוגעבען אין דעם, כהנה וכהנה.

וואס אויב אין יעדער תקופה און אין יעדער ארט, איז דער אנזאג פון תורתנו הק' להעלות בקדש - צו שטייגען אין הייליקייט - על אחת כמה וכמה, אין אונזער תקופה, און אין די מדינות, וואס די פאדערונג איז זייער גרויס.

און ס'איז איינפאך און פארשטענדליך, אז ווען די נויטיקייט ווערט גרעסער, ווערט אויך צוגעגעבען אין די כחות און מעגליכקייטען, און די מיטהילף פון אויבען, שהרי טוב וישר ה',

און מיר געפינען זיך דאך געציילטע טעג פון דעם יארצייט הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פאר פארשפרייטען אידישקייט תורה ומצות בכלל און תורת החסידות ועניני' בפרט, וועלכער איז מעורר ר"ר צו ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אייער ארבעט לטובת די ישיבה תומכי תמימים.

און השי"ת זאל העלפען איר זאלט טאן אין דעם מתוך שמחה וטוב לבב אמיתיים ופנימיים.

בברכה צו אלע איינטיילנעמער אין דער אסיפה, זייט מיט זייערע פאמיליעס שיחיו.