ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שטז

ב"ה, כ"ח טבת, תשכ"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון כ"ד טבת אין וועלכען דו שרייבסט וועגען די שוועריקייטען אין דער ישיבה תומכי תמימים ב... און וואס די הנהלה האט דיר געזאגט און האסט ניט געוואלט פאלגען.

פארשטענדליך אז דאס איז איז ניט ריכטיג צו טאן אזוי און ווי מערערע מאל ערקלערט בתורתנו תורת חיים, אז א תלמיד פון א ישיבה און בפרט פון א חסידות'שע ישיבה, דארף פאלגען דעם ראש ישיבה און די הנהלה, אויב אפילו בא עם קומט אויס אנדערש, און ער פארשטייט ניט אינגאנצען, דעם פארזאג זייערען,

און ס'איז דאך קיין וואונדער ניט, ווארום דער יצר הרע, וועט ניט קומען צו א אידען זאגען עם גלייך באם אנהויב, טו פארקערט פון שולחן ערוך, ווארום מ'וועט דאך עם ניט פאלגען, אבער אז ער זאגט, אז דער תלמיד פארשטייט מער פון ראש ישיבה, קען ער אזוי ארום אריינארן דעם תלמיד, אז ער זאל פאלגען עם, דעם מלך זקן וכסיל.

איך האף אז ס'איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, און ווען דו וועסט באקומען דעם בריף, וועסט דו ענדערן דיין שטעלונג, און וועסט נעמען אויף זיך צו אויספאלגען אלע די אנווייזונגען פון דער הנהלה, און דער עיקר לערנען בהתמדה ושקידה לויט די סדרים פון דער ישיבה און די כתה צו וועלכער מ'וועט דיר צושטעלען, און ווי געזאגט דורך לערנען בהתמדה ושקידה וועסט דו שטייגען פון כתה צו כתה, ווי די הבטחה פון חכמנו ז"ל, יגעת ומצאת.

געוויס היטסט דו אפ די דריי שיעורים פון חומש תהלים ותניא הידועים.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

פארשטענדליך, אז דו קאנסט באווייזן דעם בריף צו די הנהלת הישיבה און עס איז ניט נייטיג א באזונדער בריף צו זיי.

ח'שטז

הבטחה: מגילה ו, ב.