ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שיח

ב"ה, כ"ט טבת, תשכ"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון כ"ד טבת.

און האפענטליך ווייסט איר, אז דאס איז דער טאג יארצייט הילולא פון רבנו הזקן, בעל התניא והשולחן ערוך, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט תורה ומצות, און ניט נאר בהנוגע צו זיך, וואס ניט אין דעם איז זיין גרויסקייט, נאר צו פארשפרייטען דאס צו יעדער איינען און איינער וואו מ'קען נאר צוקומען, או האט אויך איבערגעגעבען, אז אזוי דארפען זיך פירען די אלע צו וועמען עס גרייכט זיין רוף, דורך לייענען אין זיינע ספרים ומאמרים אדער דורך זיינע תלמידים, וואס דברי צדיקים זיינען שטאנדהאפטיג אייביג און וואס נאך מער, זיי גיבען אויך די כחות, אז ס'זאל אנקומען גרינג דאס אויספילען זייער רוף בקשה און אנזאג.

און זיכער פארשטייט איר, אז ניט צוליב סתם דרשה, איז געמיינט מיין שרייבען, נאר ווי דער לשון המדינה, צום פאינט, בהנוגע צו מעשה בפועל, סיי אליין און סיי בנוגע צו די מיט וועלכע מ'קומט אין בארירונג, וק"ל.

צו מאריך זיין אין דעם ענין וואס איך האב געשריבען אין מיין פאריגען בריף, רעכין איך אז ס'איז ניט נויטיג, און בייגעלייגט איז א אבשריפט פון בריף געשריבען צו איינטיילנעמער אין א י"ט כסלו התועדות, וואס האפענטליך וועט דאס ערגענצען דאס געשריבענע אין מיין פריערדיקען בריף, און ווי אויבען געזאגט, צום פאינט צו.

בברכה צום געזונט בעסערונג פון אייך און אייער פרוי תחי' ולבשורות טובות בכל הכתוב מעלה.

ח'שיח

מו"ה ברוך: ליטווין, הליבוד. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ח'קלו, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'של.

בריף: דלעיל ח'רצ.