ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שמז

ב"ה, ג' אדר א', תשכ"ב

ברוקלין.

מר שמעון שי'

שלום וברכה!

נאך א גאר לאנגען איבעררייס, בין איך געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרב בעל מדות ובעל מרץ שמואל פסח שי' בוגומילסקי און אויך אייער בריף.

ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין דעם שלוס פון אייער בריף, וועגען בקרוב מקבל זיין פני משיח צדקנו, וואס דאס גיט מיר די באגרינדעטע האפענונג, אז מ'שטייט גרייט און מ'טוט אויף א פאסענדען אופן צו באגעגענען משיח צדקנו,

וואס ווי פארשטענדליך, איז משיח'ן ניט נוגע אויף אזוי פיל, וויפיל דאלארן מ'וועט האבען אין טאש, און וויפיל הייזער מ'וועט איבערלאזען אין גלות,

עס איז נוגע, די אידישע הארץ און אידישע קאפ און הענט, אין אנדערע ווערטער, אז דער שכל פון קאפ זאל זיין דורכגענומען מיט לערנען תורה, אידישע הארץ געפילען פאר תורה און אידישקייט, און טאן אין דעם טאג טעגליכען לעבען אין דעם גייסט און לויט אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים.

און מ'זעהט בעשיינפערליך קלאהר, אז מ'באשליסט צו אויפפירען ווי אויבען גאזאגט מיט אמת'ר שטארקייט, איז דאס פיל גרינגער, ווי עס האט זיך געדאכט פריער.

און וואס נאך מער, אז מ'קען טאן דאס, מיט גוטען געזונט גוטע שטימונג ובשמחה.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געשריבענע און בעסטע גרוסן צו אלע פריינד און גוטע פריינד במחנו הט' שליט"א.

ח'שמז

מר שמעון: אלטמן.