ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שס

ב"ה, י"ב אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון 15/2 אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דיין משפחה, דיין אפשטאם און אז דו לערנסט אין א חסידות'שער ישיבה, און דער צלם אלקים איז קענטיג אויף דיין פנים [און ניט אזוי ווי די וועלכע שעמען זיך דערמיט, און טוען פערשידענע עצות אראפנעמען און באזייטיגען דעם צלם אלקים], און פרעגסט מיין מיינונג בנוגע צו פארטזעצען דעם לערנען וכו' און בפרט וואס אייניגע פון דער משפחה האבען טענות צו דיר אין דעם.

פארשטענדליך אז די אלע טענות קומען פון דעם מלך זקן וכסיל דער יצר הרע, וועלכע קריגט אויף הקב"ה תורתו ומצותיו, און וויל מאכען פון א אידן, אז דער נפש הבהמית זאל איבערגעוועלטיגן דעם נפש האלקית, און מאכט אזוי שטארק דעם נפש הבהמית (אט אזוי ווי די וועלכע האבען טענות) ביז ער וויל איבערצייגען עם, אז אזוי דארף זיין א מענש. אזוי איז געווען די הנהגה זיינע באלד נאך מתן תורה, אז דער יצר הרע האט איינגערעט צו מאכען א עגל, און זיי זאלען שרייען אלה אלקיך ישראל ר"ל, און זיינע תלמידים זיינען אויך פראן אין דעם דור.

פון דאס אויבען געזאגטע איז פארשטענדליך, ווי עס דארף זיין דיין הנהגה אויף ווייטער, ווי דו האסט זיך געפירט ביז איצטער, און ניט ווי דיינע קרובים וועלכע דו דערמאנסט, נאר אויפפירען זיך לויט די אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און מקיים זיין אירע מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם, וואס דאס איז דער אמת'ר וועג וואס א איד קען זיין גליקליך, ניט נאר אויף עטליכע מינוטען און אפגענארטער גליק, נאר א אמת'ר סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכה לבשו"ט בכל האמור

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ. ב. בכדי צו לייכטער מאכען דאס אויבען גאזאגטע ובפרט בנוגע דעם צלם אלקים, איז כדאי אז יעדער טאג פארן דאוונען זאסלטו געבען עטליכע סענט אויף צדקה, און נאכן דאוונען אויך שבת און יום טוב זאסלטו אפהיטען צו זאגען דעם שיעור תהלים חדשי, ווי עס פארטיילט אויף די טעג פון חדש.