ספריית חב"ד ליובאוויטש

ח'שסד

ב"ה, ט"ז אדר א', ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש פיטסבורג,

פא.

שלום וברכה!

צו דער יערלעכער אונטערנעמונג, שיק איך מיין הארציקע באגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים און פריינט פון דער ליובאוויטשער ישיבה אחי תמימים אין פיטסבורג, און דריק אויס מיין אינערלעכע האפנונג, אז די אונטערנעמונג וועט מער ווי בארעכטיקן אלע דערווארטונגען.

עס איז באקאנט דער ווארט פון אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך, אז "א איד דארף לעבן מיט דער צייט" - דאס הייסט, מיט דער צייט און מיטן גייסט פון דער פרשת השבוע. די "צייטיקייט" פון דער אונטערנעמונג ווערט אפגעשפיגלט אין די סדרות וועלכע ווערן געלייענט אין די דאזיקע וואכן, אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן משכן. די כוונה פון דעם משכן ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - צו דערמעגלעכן, אז דער אויבערשטער זאל מאכן רוען זיין שכינה צווישן אלע אידן און בא יעדן אידן בפרט.

דער אויבערשטער איז אומעטום (מלא כל הארץ כבודו) און דארף ניט קיין משכן פאר זיך אליין; און אויב דער אויבערשטער האט געוואלט א משכן האט ער געקענט אויפשטעלן א משכן אן מענטשלעכער הילף. דער אויבערשטער האט אבער געוואלט, אז יעדער איד זאל האבן א חלק אין משכן דורך ביישטייערן גאלד און זילבער אד"ג, און די אידן האבן פארשטאנען ווי אפצושאצן דעם גרויסן זכות וואס איז דערמיט פארבונדן, און האבן זיך אפגערופן מיט דער גרעסטער הארציקייט, אזוי אז מען האט געדארפט אויסרופן "גענוג!"

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, זאגן, אז נאך דעם חורבן פון בית-המקדש, זיינען די בתי מדרשים און בתי כנסיות, וואו אידן לערנען און דאוונען, דער "מקדש מעט". אין די דאזיקע הייליקע מוסדות מאכט דער אויבערשטער רוען זיין שכינה; די עסקנים און שטיצער פון די ישיבות זיינען גלייכע שותפים מיט די תלמידים אין פארשפרייטן די ג-טלעכע שכינה צווישן אלע אידן.

דעריבער איז צו האפן, אז יעדער איינער און איינע וועלן זיך אפרופן מיט פערזענלעכער ווארימקייט און איבערגעבנקייט לטובת דער ליובאוויטשער ישיבה, ווי די אידן, מענער און פרויען, האבן זיך אפגערופן לטובת דעם משכן. דערמיט שאפט מען אויך די "כלים" צו באקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, פאר זיך און פאר דער גאנצער משפחה שיחיו, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה.

ח'שסד

חכמים.. זאגן: מגילה כט, א.